טייטש יהואש איוב פרק י
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב י)
- א מיין זעעל איז מיעד פון מיין לעבען, איך נועל לויז לאזען מיין קלאג, איך וועל ריידען אין דער ביטערניס פון מיין געמיטה.
- ב איך וועל זאגען צו גאט: פאראורטהייל מיך ניט, לאז מיך וויסען פאר וואס דו שטרייטסט קעגען מיר.
- ג איז דיר גוט ווען דו אונטערדריקסט? ווען דו פאראכטעסט דאס ווערק פון דיינע הענד און באלייכטסט די פלענער פון די וואס טהוען שלעכטס?
- ד האסטו דען אויגען פון פלייש? קוקסטו דען ווי א מענש קוקט?
- ה זיינען דיינע טעג אזוי ווי די טעג פון א מענשען? אדער זיינען דיינע יאהרען ווי די טעג פון א מאן?
- ו ווען דו זוכסט מיין זינד און פארשט נאך מיין פארברעכען.
- ז ווייםטו דאך אז איך בין אונשולדיג, און עס איז ניטא ווער עס זאל ראטעווען פון דיין האנד.
- ח דיינע הענד האבען מיך געפורעמט, הארמאניש צוזאמען רונד ארום, און דאך פארניכטעסטו מיך.
- ט דערמאן זיך, אזוי ווי לעהם האסטו מיך געקנעטען. ווילסטו מיך ווידער אומקעהרען אין שטויב?
- י דו האסט מיך דאך אזוי ווי מילך אויסגעגאסען, ווי קעז האסטו מיך פארגליווערט.
- יא מיט הויט און מיט פלייש האסטו מיך פארקליידט. מיט ביינער און מיט אדערען האסטו מיך דורכגעוועבט.
- יב לעבען און גנאד האסטו מיר געשאנקען און דיין אויפפאסונג האט אפגעהיט מיין גייסט.
- יג דאך דאס האסטו פארבארגען געהאלטען אין דיין הערצען; איך ווייס אז דאס איז ביי דיר געוועזען (באשלאסען):
- יד אז אויב איך זינדיג זאלסטו אויף מיך אכט געבען, און פון מיין שולד זאלסטו מיך ניט פריישפרעכען.
- טו אויב איך בין שלעכט דאן רועה איז מיר, און ווען איך בין גערעכטיג, זאל איך מיין קאפ ניט אויפהויבען, איך בין געזעטיגט מיט שאנד, א, זעה מיין עלענד.
- טז און עס ווערט אלץ נרעסער ווי א לייב יאגסטו זיך נאך מיר, און קעהרסט זיך אלץ ווידער אום זיך קעגען מיר וואונדער (-גרויזאם) ארויסצואווייזען.
- יז דו באנייסט דיינע עדות קענען מיך, דו פארמעהרסט קענען מיך דיין צארען. ענדערונגען און אפקומעניסען(קומען נאבאנאנד) איבער מיר.
- יח ווארום האסטו מיך פון געבערמוטער ארויסגעצוינען? א, ווען איך וואלט אויסגעגאננען און קיין אויג וואלט מיך ניט אנגעזעהן.
- יט איך וואלט געווען אזוי ווי איך וואלט גאר ניט עקזיסטירט, פון מוטערלייב גלייך צו דער נגרוב וואלט איך אוועקנעפיהרט געווארען.
- כ מיינע טעג זיינען ווינציג. הער אויף! טהו אפ פון מיר (דיין האנד) איך זאל א ביסעל זיך אויפמונטערען.
- כא איידער איך וועל אוועקנגעהן אום זיך מעהר ניט אומצוקעהרען, אין דאס לאנד פון פינסטערניס און פון דעם שאטען פון טוידט,
- כב א לאנד פון חשכ׳ניס, אזוי זוי די פינסטערניס פון דעם שאטען פון טוידט, און אהן ארדנונג, וואו דער ליכט שיין אפילו איז אזוי ווי דונקעלהייט.