ביאור:איוב כז
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב כז)
- א און איוב האט ווידער אנגעהויבען זיין ריידען און האט געזאגט:
- ב (איך שווער) אזוי ווי עס לעבט דער גאט וועלכער האט אועקגענומען מיין רעכט, און דער אלמעכטיגער וועלכער האט מיין זעעל פארביטערט:
- ג אזוי לאנג ווי עס איז דא מיין אטהעם אין מיר און דער הויך פון גאט אין מיינע נאזלעכער,
- ד וועלען מיינע ליפען ניט ריידען דאס וואס איז אונגערעכט, און מיין צונג וועט ניט זאגען קיין פאלשקייט.
- ה באהיט מיך גאט איך זאל אייך רעכט געבען - ביז איך וועל פארגעהן וועל איך ניט לאזען (קיינעם) אוועקנעהמען מיין עהרליכקייט פון מיר.
- ו איך האב זיך פעסט געהאלטען אן מיין פרומקייט, און האב זי ניט אפגעלאזען, (קיין מאל) אין מיינע טעג האט מיר מיין הערץ קיין פארוואורף ניט געמאכט.
- ז פארדארבען זאל יענער גערעכענט ווערען ווער עס איז מיין פיינד, א נידערטרעכטיגער - דער וואס איז מיין גענגער.
- ח ווואס איז די האפענוגג פון דעם פאלשען מענשען ווען ער געווינט (רייכטהום), אויב גאט שליידערט אוועק זיין זעעל (פון זיך)?
- ט וועט גאט הערען זיין געשריי ווען אן אונגליק וועט אויף איהם קומען?
- י אויב ער וואלט זיך געפרעהט מיט דעם אלמעכטיגען, וואלט ער צו גאט געקענט רופען צו יעדער צייט.
- יא איך וועל אייך לערנען (דאס וואס איז) אין דער האנד פון גאט, וואס ביי דעם אלמעכטיגען איז וועל איך ניט פארהוילען.
- יב איהר אלע האט דאך געזעהן, ווארום פלוידערט איהר דען נארישקייטען?
- יג דאס איז דער שיקזאל וואם דער שלעכטער מענש קריגט פון גאט, דאס איז דער טהייל וואס די אונטערדריקער קריגען פון דעם אלמעכטיגען.
- כיד אויב זיינע קינדער מעהרען זיך איז דאס בלויז פארן שווערד, זיינע נאכקומענדע וועלען ניט האבען ברויט צו זאט.
- טו די וועלכע בלייבען איבער נאך איהם וועלען פון טויט באגראבען ווערען, זיינע אלמנות וועלען (איהם) ניט באוויינען.
- טז ווען ער זאל אנזאמלען זילבער ווי שטויב, און קליידער ווי לעהם אנשאפען,
- יז וועט ער בלויז אנגרייטען און דער גערעכטיגער וועט אנטהאן, און מיט דעם זילבער וועלען זיך די אונשולדיגע צוטהיילען.
- יח ער בויט זיין הויז ווי א מאיל, אזוי ווי א ביידעל וואס דער וועכטער מאכט.
- יט א רייכער וועט ער זיך לעגען, אבער ער וועט ניט געבראכט ווערען (צו זיין קבר); מע עפענט בלויז די אויגען און ער איז שוין ניטא.
- כ א וויסטער שרעק וועט איהם אזוי ווי א וואסער אניאגען, ביי דער נאכט וועט איהם א שטורעם-ווינד אוועקרויבען.
- כא דער מזרח-ווינד וועט איהם אויפהויבען און ער וועט פארשווינדען, ער וועט איהם אוועקבלאזען פון זיין פלאטץ.
- כב און ער וועט ווארפען אויף איהם (אונגליקען) און וועט (איהם) ניט שוינען. נגערן וואלט ער אנטלאפען פון זיין האנד.
- כג מיט די הענד וועט מען ברעכען אויף איהם, מע וועט (מיט די ליפען) שמוצערען אויף איהם, דארט וואו זיין פלאטץ איז געוועזען.