ביאור:איוב יח
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב יח)
- א און געענטפערט האט בלדד דער שוחי און האט געזאגט:
- ב ווען וועט איהר מאכען אן ענד צו די ווערטער? פארשטעהט צוערשט און דערנאך וועלען מיר ריידען.
- ג פאר וואס ווערען מיר גערעכענט ווי די בהמות, ווארום זיינען מיר אונריין אין אייערע אויגען ?
- ד דו וועלכער פארצוקסט דיין אייגען לעבען אין דיין צארען - זאל צוליעב דיר די ערד פערוויסט ווערען? זאל דער פעלז פאררוקט ווערען פון זיין פּלאטץ ?
- ה יא, דאס ליכט פון די שלעכטע וועט פארלאשען ווערען, און עס וועט ניט לייכטען דער פונק פון זייער פייער.
- ו די ליכטיגקייט וועט דונקעל ווערען אין זיין געצעלט, זיין ליכט'ל וועט איהם אויסגעלאשען ווערען.
- ז זיינע שטארקע טריט וועלען פאראיינגט ווערען און זיין ראטה וועט איהם פארלאזען.
- ח דען ער ווערט אריינגעווארפען אין דער נעץ דורך זיינע אייגענע פיס, און ער געהט אויף א פּאסטקע.
- ט די נעץ וועט פארצעפּען זיין פוס-זויל, און דאס געפלעכט וועט איהם פעסט צוהאלטען.
- י זיין פּעטליע איז אין דער ערד בעהאלטען און זיין פאל-שטריק ליגט אויפ'ן שטעג.
- יא ארום גרוילען איהם שרעקעניסען אן און טרייבען איהם אויף זיינע פיס.
- יב הונגעריג וועט זיין זיין ערשט-געבארעגער, און דער בראך שטעהט איהם אנגעגרייט ביי זיין זייט.
- יג עס וועט פארצעהרען די טהיילען פון זיין הויט, עם וועט פארצעהרען זיינע גליעדער דער ערשט-געבארעגער פון טויט.
- יד זיין זיכערהייט וועט אוועקגעריסען ווערען פון זיין געצעלט, און עס וועט איהם אוועקטרייבען צו דעם קיגניג פון שרעקעניסען.
- טו (דאס אונגליק) ורעם וואוהנען אין זיין געצעלט, דען עס איז ניט זיינס, און שוועבעל וועט פארשפּרייט ווערען אויף זיין וואוהנונג.
- טז אונטען וועלען זיינע ווארצלען פארטריקענט ווערען, און אויבען וועט פארשניטען ווערען זיין צווייג.
- יז זיין זכר ווערט פארלארען פון דער ערד ער האט קיין נאמען ניט אויף דער וועלט.
- יח מען וועט איהם ארויסשטויסען פון ליכט אין פינסטערניס, פון דער וועלט וועט מען איהם פארוואגלען
- יט ער האט קיין זון און קיין אייניקעל ניט צווישען זיין פאלק, קיינער בלייבט ניט איבער אין זיינע וואוהנונגען.
- כ אויף זיין (שלעכטען) טאג וועלען די שפּעטער-קומענדע ערשטוינט ווערען, די פריהער געקומענע האט א שוידער אנגעגומען.
- כא יא, אזעלכע זיינען די וואוהנונגען פון דעם נידעדטרעכטיגען, דאס איז דער פלאטץ פון דעם וואס האט גאט ניט געקענט.