לדלג לתוכן

טייטש יהואש איוב פרק ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב ט)


א און איוב האט געענטפערט און האט געזאגט:
ב יא, איך ווייס אז עס איז אזוי. און ווי קען א מענש גערעכט זיין קעגען גאט?
ג ווען ער זאל וועלען זיך קריעגען מיט איהם, וואלט ער איהם ניט געקענט ענטפערען איינס פון טויזענד.
ד קלוגהערציג (איז ער)און שטארקאן קראפט. ווער האט זיך איינגעשפארט קעגען איהם און איז געבליבען גאנץ?
ה ער רוקט איבער בערג (פון זייער פלאטץ) און זיי ווייסען ניט, ער (איז דער וועלכער) קעהרט זיי אום קאפויר אין זיין צארען.
ו ער שאקעלט די ערד ארויס פון איהר ארט און איהרע זיילען ווערען צוטרייסעלט.
ז ער זאגט נאר צו דער זונן, און זי שיינט ניט, און אויף די שטערען לעגט ער א זיגעל.
ח ער האט די הימלען אויסגעצויגען איינער אליין און ער טראמפעלט אויף די הויכקייטען פון ים.
ט ער האט באשאפען די שטערען פון בער, דעם אריאן און די זיבען גרויסע שטערען און די קאמערען פון דרום.
י ער טהוט זאכען גרויסע, גאר ניט צו דערפארשען, און וואונדער - אהן א צאהל.
יא דאכט זיך ער געהט מיך פארביי, דאך זעה איך איהם ניט; ער געהט דורך און איך באמערק איהם ניט.

1:יב ווען ער כאפט אוועק, ווער וועט איהם אפהאלטען? ווער וועט איהם זאגען: וואס טהוסטו?

יג גאט ציהט ניט צוריק זיין צארען. אונטער איהם בייגען זיך די העלפערס פון דעם שטאלצען.
יד און איך זאל איהם ענטפערען? און אויסקלייבען מיינע ווערטער קעגען איהם?
טו ווען איך זאל אפילו גערעכט זיין, קען איך ניט ענטפערען. איך קען זיך בלויז בעטען פאר מיין ריכטער.
טז ווען איך זאל רופען און ער זאל מיר אפענטפערען, וואלט איך אויך ניט געגלויבט אז ער פארנעהמט מיין שטים.
יז ער, וועלכער צושמעטערט מיך מיט זיין שטורערמווינד און האט געמעהרט מיינע וואונדען אומזיסט.
יח ער לאזט מיך ניט מיין אטהעם אפציהען, דען ער פילט מיך אן מיט ביטערקייטען.
יט קומט עס צו קראפט, איז ער מעכטיג. קומט עס צו נעריכט, ווער וועט איהם פאר מיך געהן לאדען?
כ ווען איך זאל אפילו גערעכט זיין, וועט מיך מיין אייגען מויל אשולדינען, ווען איך זאל זיין אונשולדיג וועט ער מיך אלס פארדארבען ארויסשטעלען.
כא בין איך אונשולדיג? איך ווייס אליין ניט מיין אייגענע זעעלע. איך פאראכט מיין אייגען לעבען.
כב עס איז אלץ איינס. דאריבער האב איך געזאגט: אי דעם אונשולדיגען אי דעם פארדארבענעם פארניכטעט ער.
כג ווען די רוטה טוידט פלוצלונג (עמיצען) דאן לאכט זי פון די פייניגונגען פון די אונשולדיגע.
כד די ערד איז איבערגעגעבען געווארען אין די האנד פון דעם שלעכטען. די געזיכטער פון די ריכטער האט ער פארדעקט. אויב ניט (ער), ווער דען איז עס?
כה און מיינע טעג זיינען פלינקער ווי א שטאפעט, זיי זיינען אנטלאפען און האבען קיין גוטס ניט געזעהן.
כו זיי זיינען פארשוואונדען ווי שיפלעך פון ריטער, ווי דער אדלער וועלכער פלאטערט ארונטער אויף (זיין) שפייז.
כז זאל איך זאגען: איך וועל פארגעסען מיין קלאג, איך וועל אוועקווארפען מיין טרויער-געזיכט און וועל מונטער זיין.
כח האב איך מורא פאר מיינע וועהטאגען, איך ווייס אז דו וועסט מיך ריין ניט ארויסלאזען.
כט איך וועל בלייבען דער שולדיגער. צו וואס דען זאל איך זיך מיהען פאר גארגישט?
ל ווען איך זאל זיך האבען געוואשען אין שניי-וואסער און האבען גערייגיגט מיינע הענד מיט לויג.
לא וואלסטו מיך אין א זומפיגען גראבען איינטונקען און מיינע קליידער וואלטען מיך עקעלהאפט געמאכט.
לב דען ער איז ניט א מעגש אזוי ווי איך, איך זאל איהם ענטפערען, און מיר זאלען צוזאמען קומען פאר געריכט.
לג עס איז ניטא ווער עס זאל צווישען אונז ענטשיידען, ווער עס זאל אויף אונז ביידען ארויפלעגען זיין האנד.
לד זאל ער גאר אפטהאן פון מיר זיין רוטה, זאל זיין שרעק מיך נאר ניט סטראשען.
לה און איך וועל ריידען און איך וועל זיך פאר איהם ניט שרעקען, דען איך ביי זיך בין ניט אזוי (שולדיג).

ביאורי פסוקים