לדלג לתוכן

טייטש יהואש דברי הימים א פרק א

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
דברי הימים א: א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט
דברי הימים ב: א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו       (אנדערע ווערסיעס פון דברי הימים א א)


א אָדָם, שֵת, אֶנוֹש, ב קֵינָן, מַהלַלאֵל, יָרֶד; ג חַנוך, מתוּשֶלַח, לֶמֶך; ד נח, שֵם, חָם אוּן יֶפֶת.

ה די זין פוּן יֶפֶתן: גוֹמֶר, אוּן מָגוֹג, אוּן מָדַי, אוּן יָוָן, און תּובַל, און מֶשֶך, און תּירָס. ו אוּן די זין פוּן גוֹמֶרן: אַשכּנַז, אוּן דיפַת, אוּן תּוֹגַרמָה. ז אוּן די זין פוּן יָוָנען: אֶלישָה, און תַּרשישָה, די כִּיתּים, און די רוֹדָנים.

ח די זין פוּן חָמען: כּוּש, און מצרים, פּוּט און כּנַעַן. ט און די זין פוּן כּושן: סבאָ, אוּן חַוִילָה, און סַבתָּא, אוּן רַעְמָא, אוּן סַבתּכָא. אוּן די זין פוּן רַעְמָאן: שבאָ, אוּן דדָן. י אוּן כּוּש האָט געבָּארן נִמרוֹדן. ער איז געווען דער ערשטער מאַכטיקער אויף דער ערד. יא אוּן מצרים האָט געבָּארן די לוּדים, אוּן די ענָמים, אוּן די להָבים, און די נַפתּוּחים, יב אוּן די פַּתרוסים, און די כַּסלוּחים, - פוּן וואַנען די פּלִשתּים זיינען ארויסגעקוּמען – אוּן די כַּפתּוֹרים. יג אוּן כנַעַן האָט געבָּארן צידון זיין בכוֹר, און חֵתן; יד אוּן דער יבוּסי, אוּן דער אֶמורי, אוּן דער גִרגָשי; טו אוּן דער חוִי, אוּן דער עַרקי, אוּן דער סיני; טז אוּן דער ארוָדי, אוּן דער צמָרי, אוּן דעם חמָתי.


יז די זין פוּן שֵמען: עֵילָם, און אַשוּר, און אַרפַּכשַד, און לוּד, און אַרָם, און עוּץ, און חוּל, און גֶתֶר, און מֶשֶך. יח אוּן אַרפַּכשַד האָט געבָּארן שֶלַחן, און שֶלַח האָט געבָּארן עֵבֶרן. יט אוּן בּיי עֵבֶרן זיינען געבָּרן געוואָרן צוויי זין; דער נאָמען פון איינעם איז געווען פֶּלֶג (ד.ה. צעטיילונג), ווייל אין זיינע טעג איז צעטיילט געוואָרן די ערד; אוּן דער נאָמען פוּן זיין ברודער איז געווען יָקטָן. כ אוּן יָקטָן האָט געבּאָרן אַלמוֹדָדן, אוּן שֶלֶפן, אוּן חַצַרמָוֶתן, און יֶרַחן; כא אוּן הַדוֹרָמען, און אוּזָלן, און דִקלָהן; כב אוּן עֵיבָלן, אוּן אַבימָאֵלן, אוּן שבאָן; כג אוּן אוֹפירן, אוּן חַוִילָהן, אוּן יוֹבָבן. די אַלע זיינען געווען יָקטָנס זין.

כד שֵם, אַרפַּכשַד, שֶלַח; כה עֵבֶר, פֶּלֶג, רְעוּ; כו שרוּג, נָחוֹר, תֶּרַח; כז אַברָם, דאָס איז אַברָהָם. כח די זין פוּן אַברמען: יִצחָק, און יִשמָעֵאל.

כט דאָס זיינען זייערע גבּוּרטן: דער בכוֹר פוּן יִשמָעֵאלן, נבָיוֹת, אוּן קֵדָר, אוּן אַדבְּאֵל, אוּן מִבשָם; ל מִשמָע, אוּן דוּמָה, מַשָא, חֲדַד, אוּן תֵימָא; לא יְטוּר, נָפיש, אוּן קֵדמָה. דאָס זיינען די זין פון יִשמָעֵאלן.

לב אוּן די זין פוּן קטוּרָה, אַברהמס קעפּסווייב: זי האָט געבּאָרן זִמרָנען, אוּן יָקשָנען, אוּן מדָנען, און מִדיָנען, אוּן יִשבָּקן, און שוּחַן. אוּן די זין פוּן יָקשָנען זיינען געווען: שבָא, אוּן דדָן. לג און די זין פוּן מִדיָנען: עֵיפָה, אוּן עֵפֶר, אוּן חַנוֹך, אוּן אַבידָע, אוּן אֶלדָעָה. די אלע זיינען געווען די זין פון קטוּרָהן.

לד און אַברהם האָט געבָּרן יצחקן. זי זין פוּן יצחקן זיינען געווען: עֵשָו און יִשְרָאֵל.

לה די זין פוּן עֵשָון: אֶליפַז, רְעוּאֵל, און יְעוּש, אוּן יַעְלָם, אוּן קֹרַח. לו די זין פוּן אֵליפַזן: תַּימָן, אוּן אוֹמָר, צְפִי, אוּן גַעְתָם, קנַז, אוּן תִּמנַע, אוּן עַמָלֵק. לז די זין פוּן רְעוּאֵלן: נַחַת, זֶרַח, שַמָה, אוּן מִזָה.

לז די זין פוּן רְעוּאֵלן: נַחַת, זֶרַח, שַמָה, אוּן מִזָה. לח אוּן די זין פון שֵעִירן: לוֹטָן, אוּן שוֹבָל, אוּן צִבְעוֹן, אוּן עַנָה, און דישוֹן, אוּן אֵצֶר, אוּן דישָן. לט אוּן די זין פוּן לוֹטָנען: חוֹרי, אוּן הוֹמָם; אוּן די שוועסטער פוּן לוֹטָנען: תִּמנָע. מ די זין פוּן שוֹבָלן: עַליָן, אוּן מָנַחַת, אוּן עִיבָל, שפי, אוּן אוֹנָם. אוּן די זין פוּן צִבְעוֹנען: אַיָה, אוּן עַנָה. מא די זין פוּן עַנָהן: דישוֹן. און די זין פון דישוֹנען: חַמרָן, אוּן אֶשבָּן, אוּן יִתרָן, אוּן כרָן. מב די זין פוּן אֵצֶרן: בִּלהָן, אוּן זַעֲוָן, יעקן. די זין פוּן דישָנען: עוּץ, אוּן אַרָן.

מג און דאָס זיינען די מלכים וואָס האָבְּן געקיניגט אין לאַנד אֶדוֹם איידער עס האָט געקיניגט אַ קיניג ביי די קינדער פוּן ישראל: בֶּלַע דער זון פוּן בְּעוֹרְן; אוּן דער נאָמען פוּן זיין שטאָט איז געווען דִנְהָבָה. מד און בֶּלַע געשטאָרבְּן, און אויף זיין אָרט האָט געקיניגט יוֹבָב דער זון פוּן זֶרַחְן, פוּן בָּצְרָה. מה איז יוֹבָב געשטאָרבְּן, אוּן אויף זיין אָרט האָט געקיניגט חוּשָם פוּן לאַנד פוּן דער תֵּימָנִי. מו איז חוּשָם געשטאָרבְּן, אוּן אויף זיין אָרט האָט געקיניגט הַדַד דער זוּן פון בְּדַדְן, וואָס האָט געשלאָגן מדין אין פעלד פוּן מואב, און דער נאָמען פוּן זיין שטאָט איז געווען עַוִית. מז און הַדַד איז געשטאָרבְּן, אוּן אויף זיין אָרט האָט געקיניגט שַׂמְלָה פוּן מַּשְׂרֵקָה. מח איז שַׂמְלָה געשטאָרבְּן, אוּן אויף זיין אָרט האָט געקיניגט שָאוּל פוּן רְחוֹבוֹת ביים טייך. מט איז שָאוּל געשטאָרבְּן, אוּן אויף זיין אָרט האָט געקיניגט בַּעַל-חָנָן דער זוּן פוּן עַכְבּוֹרְן. נ איז בַּעַל-חָנָן געשטאָרבְּן, אוּן אויף זיין אָרט האָט געקיניגט הַדַד; אוּן דער נאָמען פוּן זיין שטאָט איז געווען פָּעִי; און דער נאָמען פוּן זיין ווייבּ איז געווען מְהֵיטַבְאֵל די טאָכטער פוּן מַטְרֵד דער טאָכטער פוּן מֵי-זָהָבן. נא אוּן הַדַד איז געשטאָרבְּן. און די פירשטן פוּן אֶדוֹם זיינען געווען: דער פירשט פוּן תִּמְנַע, דער פירשט פוּן עַלוָה, דער פירשט פוּן יתֵת; נב דער פירשט פוּן אָהלי-בָמָה, דער פירשט פוּן אֵלָה, דער פירשט פוּן פִּינוֹן; נג דער פירשט פוּן קנַז, דער פירשט פוּן תֵּימָן, דער פירשט פוּן מִבְצָר; נד דער פירשט פוּן מַגדיאֵל, דער פירשט פוּן עִירָם. דאָס זיינען די פירשטן פון אדום.

ביאורי פסוקים