ביאור:איוב כ
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב כ)
- א און געעגטפערט האט צופר דער נעמתי און האט געזאגט:
- ב דאריבער צווינגען מיך מיינע געדאנקען צו ענטפערען, צוליעב די אונגעדולד פון מיינע געפיהלען אין מיר.
- ג איך הער דעם פארוואורף פון מיין שאנד, און א גייסט פון מיין פארשטאנד רופט אויס צו מיר.
- ד דו ווייסט עס דאך, (עס איז) פון אייביג אן, זינט דער באשאפונג פון דעם מענשען אויף דער ערד.
- ה דער טריאומף-געזאנג פון דיי שלעכטע איז בלויז קורץ, די פרייד פון די פאלשע בלויז א וויילע.
- ו ווען ביזן הימעל זאל דערגרייכען זיין גרויסקייט, ווען זיין קאפּ זאל די וואלקענס אנשפּארען.
- ז ווי זיין אייגען מיסט וועט ער פארלארען געהן אויף אייביג. די וועלכע האבען איהם געזעהן וועלען זאגען: וואו איז ער?
- ח ווי א טרוים פליהט ער אוועק און זיי וועלען איהם ניט געפינען, ער פארנעהט ווי א זעהונג פון דער נאנכט.
- ט דאס אויג וואס האט איהם אנגעקוקט וועט איהם ניט ווידערזעהן, און זיין פּלאטץ וועט איהם מעהר ניט אנבליקען.
- י זיינע קינדער וועלען (זוכען צו) באפרידיגען די פארארעמטע, און זיינע אייגענע הענד וועלען אפּגעבען צוריק זיין (אנגעראבּעוועט) פארמעגען.
- יא זיינע ביינער מעגען פול זיין מיט יוגענד-קראפט, זי וועט מיט איהם זיך לייגען אין דער ערד.
- יב ווען דאס שלעכטע פלעגט זיס זיין אין זיין מויל, פלעגט ער עס באהאלטען אונטער דער צונג.
- יג ער פלעגט עס שוינען און ניט אפּלאזען, ער פלעגט עס צוהאלטען אויף זיין גומען.
- יד (אבער) זיין שפּייז אין זיינע געדערעם איז פארוואנדעלט געווארען, דער גיפט פון שלאנגען איז אינעוועניג ביי אים.
- טו דאס פארמעגען וואס ער האט פארשלוננען וועט ער אויסברעכען, פון זיין בויך וועט עס גאט ארויסטרייבען.
- טז ער וועט זויגען די גיפט פון עספּען-שלאנגען, איהם וועט טויטען די צונג פון פּיפּערנאטער.
- יז ער וועט ניט אנזעהן די בעכען, די טייכען און די פלוסען פון האניג און פון מילך.
- יח ער גיט אפּ צוריק וואס ער האט אנגעהארעוועט, ער שלינגט עס ניט ארונטער. וויפיעל ער פארמאגט (וועט ער אפּגעבען), און ער וועט זיך דערמיט ניט אנפרעהען.
- יט דען ער האט אונטערדריקט און פארלאזען די ארעמע, ער האט דאס הויז גערויבט און האט עס (אליין) ניט געבויט.
- כ ווייל ער האט קיין רוה ניט געהאט אין זיין לייב, דאריבער זאל ער (גארנישט) ראטעווען פון זיין טהייערסטעס.
- כא פון זיין פרעסעריי פלעגט קיין זאך ניט איבערבלייבען, דאריבער זאל זיין רייכטהום ניט באגליקען.
- כב ווען ער וועט זיך זאט אנפילען, דאן וועט איהם איינג ווערען, די האנד פון יעדען פאראונגליקטען וועט איהם דערגרייכען.
- כג ווען ער וועט האלטען ביין אנפילען זיין בויך וועט ער (גאט) אנשיקען אויף איהם זיין גרימצארען און ער וועט אויף איהם ארונטעררעגענען זיין (גאט'ס) שפּייז.
- כד ער וועט אנטלויפען פון דעם אייזערנעם וואפען, וועט איהם דורכלעכערען דער בויגען פון קופּער.
- כה ער ציהט און עס קומט ארויס פון (זיין) לייב - א בליצענדער (שווערד) קומט ארויםס פון זיין גאל, שרעקען (פאלען אן) אויף איהם.
- כו אלע פינסטערניסען ליגען באהאלטען אין זיינע פארבארגענע ווינקלען, א פייער, וואס קיינער האט ניט אויפגעבלאזען, וועט איהם פארצעהרען. עס וועט צושטערען יעדען וועלכער איז איבערגעבליבען אין זיין געצעלט.
- כז די הימלען וועלען אויפדעקען זיין זינד, און די ערד שטעלט זיך אויף קעגען איהם.
- כח פארוואגעלט ווערען וועט די פרוכט פון זיין הויז, אלצדינג ווערט צורונען אין דעם טאג פון זיין (גאט'ס) צארען.
- כט דאס איז די פּארציע וואס דער פארדארבענער מענש קריגט פון גאט, דאס איז די גאב וואס ער קריגט פון גאט'ס אורטהייל.