ביאור:איוב יד

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב יד)


א דער מענש, געבארען פון א פרויענצימער האט וועגיג טעג און איז זאט מיט קוממער.
ב ווי א בליהוגג שפראצט ער ארויס און ווערט פארשניטטען. ער אנטלויפט ווי א שאטטען און האט גיט קיין באשטאנד.
ג און אויף אזעלכען האסטו דיינע אויגען געעפעגט? און מיך ברענגסטו פאר געריכט מיט דיר?
ד ווער קען פון אן אונריינע (זאך) מאכען א ריינע? זיי זיינען דאך ניט איינס.
ה אויב זיינע טעג זיינען באשטימטע, און ביי דיר איז די צאהל פון זיינע מאנאטען, און דו האסט געמאכט זיין געזעץ וועלכען ער טאר ניט איבערטרעטען.
ו דאן קעהר זיך אפּ פון איהם און ער זאל אויפהערען (ליידען), אום ער זאל געניסען ווי דער געדונגענער ארבייטער זיין טאג.
ז דען דער בוים האט א האפענונג: ווען ער ווערט אפּגעשניטטען וועט ער זיך וויעדער באנייען און זיין צווייג וועט ניט אויפהערען;
ח ווען זיין ווארצעל ווערט אלט אין דער ערד און אין שטויב שטארבט זיין שטאמם.
ט פון דעם וואסער'ס פייכט-גערוך וועט ער ווידער אויפבליהען און וועט ארויסגעבען צווייגען, אזוי ווי א ניי-געפלאנצטער.
י און א מאן גוסס'ט און ווערט שלאף, און פארגאנגען איז דער מענש, און וואו איז ער?
יא די וואסערען געהען אוועג פון דעם ים, דער טייך ווערט ליידיג און טריקענט אויס;
יב און דער מענש לעגט זיך און שטעהט ניט מעהר אויף אזוי לאגג ווי די הימלען עקזיסטירען. זיי כאפּען זיך מעהר ניט אויף און זיי ערוואכען ניט מעהר פון זייער שלאף!.
יג אָ, ווען דו וואלסט מיך אין דער אונטערערד באהאלטען, ווען דו וואלסט מיך פארבערגען ביז דיין צארען וועט אפּגעהן, מיר געבען א באשטימטען טערמין און דאן זיך דערמאהנען אָן מיר.
יד ווען דער מענש שטארבט, וועט ער דען וויעדער אויפלעבען? - איך וואלט דאן (דורך) אללע מיינע טעג פון אָפּקומעניס געווארט ביז די צייט פון מיין פארגעהן וועט קוממען.
טו דו וואללסט מיך גערופען און איך וואללט געענפטפערט. דיר וואלט זיך געלוסטען(זעהן) דאס ווערק פון דייגע הענד.
טז אבער איצטער צעהלסטו מיינע טריט, און דו ווארטסט (מיר) ניט פאר מיין זינד.
יז אין א בייטעל פארזיגעלט איז מיין פארברעך און דו לעגסט נאך אלץ צו צו מיין זינד.
יח יא, א פאלענדער בארג ווערט צוריבען, א פעלז ווערט אוועגגערוקט פון זיין פלאטץ;
יט וואססער צושייערט שטייגער, און דו שווענקסט אוועג (צוזאמען מיט) דער ערד'ס שטויב איהרע געוויקסען, און די האפעגוגג פון דעם מענשען צערשטערסטו.
כ דו גרייפסט איהם אן נאכאנאנד ביז ער געהט אוועג, דו פארענדערסט זיין געשטאלט און שאפסט איהם אפּ.
כא אויב זיינע קינדער ווערען געאכטעט - ער ווייסס עס ניט. אויב זיי ווערען גערינגגעשעצט, ער באמערקט זיי ניט.
כב בלויז דיין פלייש אויף איהם וועט פיהלען וועהטאג און זיין זעעל וועט אויף איהם טרויערען.

ביאורי פסוקים