לדלג לתוכן

טייטש יהואש דניאל פרק א

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

דניאל פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב       (אנדערע ווערסיעס פון דניאל א)


א אין דריטן יאר פון דער מלוכה פון יהויקים דעם מלך פון יהודה, איז געקומען נבוכדנצר דער מלך פון בבל אויף ירושלים, און האט געלעגערט אויף איר. ב און גאט האט געגעבן אין זיין האנט יהויקים דעם מלך פון יהודה, און טייל פון די כלים פון גאטס הויז, און ער האט זיי געבראכט קיין לאנד שנער, אין הויז פון זיין גאט; און די כלים האט ער געבראכט אין דער שאצקאמער פון זיין גאט.

ג און דער מלך האט געהייסן אַשפּנַז דעם הויפט פון זיינע הויפדינער, ברענגען פון די קינדער פון ישראל, און פון דעם קיניגלאכן אפשטאם, און פון די אדללייט, ד אינגלאך וואס אין זיי איז נישטא קיין פעלער, און שיינע אויפן אויסזען, און באהאוונט אין אלערליי חכמות, און וואוילקענעוודיק אין קענשאפט, און פארשטאנדיק אין וויסן, און וואס האבן בכוח צו שטיין אין פאלאץ פון מלך; און זיי לערנען דעם כתב און דער לשון פון די כשדים. ה און דער מלך האט זיי באשטימט א טאגטעגלאכע אויסקומעניש פון דעם מלכס שפייז, און פון דעם וויין וואס ער טרינקט, און [געהייסן] זיי דערציען דריי יאר, און צום סוף פון זיי, זאלן זיי זיך שטעלן פארן מלך.

ו זיינען געווען צווישן זיי פון די קינדער פון יהודה, דניאל, חנניה, מישאל, און עזריה. ז און דער הויפּט פון די הויפדינער האט זיי געגעבן נעמען, און ער האט געבעבן דניאלן [דעם נאמען] בֵּלטשאַצַר, און חנניה – שַדְרַך, און מישאלן – מֵישַך, און עזריהן – עַבֵד נגוֹ.

ח און דניאל האט זיך אריינגענומען אין הארצן, אז ער זאל זיך נישט פאראומווערדיקן מיט דעם מלכס שפייז, און מיט דעם וויין וואס ער טרינקט, און ער האט געבעטן פון דעם הויפט פון די הויפדינער, אז ער זאל זיך נישט דארפן פאראומווערדיקן. ט און גאט האט געגעבן דניאלן גענאד און דערבארימונג ביי דעם הויפט פון די הויפדינער. י אבער דער הויפט פון די הויפדינער האט געזאגט צו דניאלן: איך האב מורא פאר מיין האר דעם מלך וואס האט באשטימט אייער שפייז און אייער געטראנק, טאמער וועט ער זען אייער פנימער אומעטיקער ווי ביי אינגלאך פון אייער עלטער, און איר וועט פארשולדיקן מיין קאפּ פארן מלך. יא האט דניאל געזאגט צו דעם טראנקמייסטער וואס דער הויפט פון די הויפדינער האט געשטעלט איבער דניאלן, חנניהן, מישאלן, און עזריהן: יב פרווו, איך בעט דיך, דיינע קנעכט צען טעג, און זאל מען אונדז געבן פון גרינס צום עסן, און וואסער צום טרינקען. יג און זאל באוויזן ווערן פאר דיר אונדזער אויסזען און דאס אויסזען פון די אינגלאך וואס עסן דעם מלכס שפייז; און אזוי ווי דו וועסט זען, טו מיט דיינע קנעכט. יד האט ער צוגעהערט צו זיי אין דער דאזיקער זאך, און ער האט זיי געפרוווט צען טעג. טו און צום סוף פון די צען טעג, האט זייער אויסזען אויסגעוויזן בעסער, און זיי זיינען געווען פעטער אויפן לייב, פון אלע אנגלאך וואס האבן געגעסן דעם מלכס שפייז. טז אזוי פלעגט דער טראנקמייסטער אוועקנעמען זייער שפייז, און דעם וויין וואס זיי זאלן טרינקען, און פלעגט זיי געבן גרינס.

יז און די דאזיקע פיר אינגלאך, זיי האט גאט געגבן קענשאפט און פארשטאנדיקייט אין אלערליי ספרים און חכמה; און דניאל האט פארשטאנען יעטוועדער זעאונג און חלומות. יח און צום סוף פון די טעג וואס דער מלך האט זיי געהייסן דענסמאל ברענגען, האט זיי דער הויפט פון די הויפדינער געבראכט פאר נבוכדנצרן. יט און דער מלך האט מיט זיי גערעדט; און צווישן זיי אלעמען איז נישט געפונען געווארן אזא ווי דניאל, חנניה, מישאל, און עזריה; און זיי זיינען געשטאנען פארן מלך. כ און אין יעטוועדער זאך פון פארשטאנדיקער חכמה וואסז דער מלך האט ביי זיי געפרעגט, האט ער זיי געפונען צען מאל העכער ווי אלע חרטומים און צויבערשפרעכער וואס אין זיין גאנצן קיניגרייך.

כא און דניאל איז געבליבן ביז דעם ערשטן יאר פון מלך כורש.

ביאורי פסוקים