טייטש יהואש איוב פרק ז
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב ז)
- א איז דען ניט א געוויסער טערמין (פון אפקומעניסען) באשטימט פאר דעם מענשען אויף דער ערד ? זיינען ניט זיינע טעג ווי די טעג פון דעם געדונגענעם ארבייטער?
- ב אזוי ווי א קנעכט שמאכט נאך דעם שאטען, אזוי ווי א געדונגענער ארבייטער קוקט אויס אויףן זיין לויהן.
- ג אזוי האב איך מיר אויך געקריגען צוגעטהיילט מאנאטען פון ליידען און נעכט פון אומרוה זיינען מיר צוגעצייהלט געווארען.
- ד ווען איך לייג זיך, זאג איך: ווען וועל איך שוין אויפשטעהן? ווען וועט דער אבענד אוועק? און איך ווער מיד זיך ווארפענדיג הין און הער ביז באגינען.
- ה מיין פלייש איז באדעקט מיט ווערעם און מיט שטיקער ערד, מיין הויט איז צופלאצט און איז עקעלהאפט געווארען.
- ו מיינע טעג לויפען פלינקער ווי א וועב-שיפעלע, און זיי פארגעהען אהן האפענונג.
- ז געדענק, בלויז א הויך איז מיין לעבען, מיין אויג וועט שוין ווידער קיין גוטס ניט זעהן.
- ח דאס אויג פון דעם וואס זעהט מיך איצט וועט מיך ניט אנזעהן מעהר, אט זיינען דיינע אויגען אויף מיר און שוין בין איך ניטא.
- ט א וואלקען פארשווינדט און פארגעהט; אזוי דער וואס שטייגט אין די אונטערערד, דער וועט שוין מעהר ניט ארויפקומען.
- י ער וועט זיך ניט מעהר צוריקקעהרען צו זיין הויז, זיין פלאטץ וועט איהם מעהר ניט קענען.
- יא איך וועל אויך ניט איינהאלטען מיין מויל, איך וועל ריידען ווען מיין געמיטה איז באקלעמט, איך וועל זיך באקלאגען ווען מיין זעעל איז פארביטערט.
- יב בין איך דען א ים אדער א וואהלפיש, וואס דו שטעלסט א וואך ארום מיר?
- יג איך האב געזאגט: מיין בעט וועט מיך טרייסטען, מיין געלעגער וועט מיך העלפען טראגען מיין קלאג.
- יד האסטו מיך אבער מיט טרוימען געשראקען, מיט זעהונגען האסטו מיך געסטראשעט.
- טו און מיין זעעל קלייבט בעסער אויס דערווערגונג און טויט, איידער די (לעבעדיגע) גליעדער מיינע.
- טז עס האט מיך פארעקעלט. איך וועל דאך אייביג ניט לעבען, לאז מיך אפ! מיינע טעג זיינען דאך א נארנישט.
- יז וואס איז דער מענש וואס דו גרויסט איהם אזוי? וואס דו לייגסט אויף איהם דיין אויפמערקזאמקייט?
- יח אין יעדען מארגען באזוכסטו איהם, און פרובירסט איהם אלע וויילע?
- יט ווי לאננ נאך וועסטו זיך פון מיר ניט אפקעהרען, מיך ניט אפלאזען(כאטש) ביז איך וועל מיין שפייעכץ ארונטערשלינגען?
- כ יא איך האב געזינדיגט! וואס זאל איך דיר דען טהאן? דו וועכטער פון דעם מענשען! ווארום האסטו מיך געמאכט פאר דיין ציעל, ביז איך בין זיך אליין צו לאסט געווארען?
- כא ווארום פערגיסט דו ניט מיין פארברעך, און פארטיליגסט ניט מיין זינד? דען באלד וועל איך ליגען אין שטויב, און דו וועסט מיך זוכען און איך וועל מעהר ניט זיין?