לדלג לתוכן

ביאור:איוב יז

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב יז)


א מיין געמיטה איז צובראכען, מיינע טעג זיינען פארלאשען, פאר מיר (שטעהען בלויז) טויטענגריבער.
ב (מאכען זיי) ניט שפּאס מיט מיר? - און רוהט ניט מיין אויג אויף זייערע באליידיגונגען?
ג לעג צו (דיין אויפמערקזאמקייט), זיי אליין ביי זיך מיין גוט-זאגער, ווער דען וועט מיר געבען די האנד (אלס גוטזאגער)?
ד דו האסט זייער הערץ פארבארגען פון פארשטאנד דאריבער ווערסטו דורך זיי ניט דערהויבען.
ה שמייכעל-ווערטער בלויז רעדט יעדער צו זיינע פריינד זאלען די אויגען פון זיינע קינדער אויסגעהן!
ו ער האט מיך אוועקגעשטעלט פאר דעם שפּאט פון די פעלקער, איך בין געווארען עפענטליך אן אבשייליכע זאך.
ז פון קומער איז מיין אויג טונקעל געווארען, מיינע גליעדער זיינען אלע ווי א שאטען.
ח די עהרליכע מוזען דארויף שטוינען, און דער אונשולדיגער מוז אויפגערעגט ווערען קעגען דעם פאלשען.
ט דאך וועט דער גערעכטיגער זיך האלטען ביי זיין וועג און דער וואס האט ריינע הענד וועט נאך קריגען מעהר מוטה.
י אבער איהר אלע קומט נאר אהער צוריק! איר קען צווישען אייך ניט געפינען קיין קלוגען.
יא מיינע טעג זיינען פארגאנגען, צוריסען זיינען מיינע געדאנקען - די אייגענטהימער פון מיין הערצען.
יב זיי מאכען פון נאכט טאג, און נאהנטעס ליכט - פון פינסטערניס.
יג קען איך דען האפען? די אונטערערד איז מיין הויז, אין דער פינסטערניס מוז איך אויסבעטען מיין געלעגער.
יד איך רוף די גרוב מיין פאטער, מיין מוטער און מיין שוועסטער זיינען די ווערעם.
טו וואו איז מיין האפענונג דען? מיין ערווארטונג - ווער וועט זי אנזעהן?
טז אין דער אונטערערד וועלען זיי ארונטערשטייגען, צוזאמען אין שטויב (וועלען זיי געפינען) רוה.

ביאורי פסוקים