טייטש יהואש איוב פרק ג
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב ג)
- א נאך דעם האט איוב אויפנעעפענט זיין מויל און האט געשאלטען זיין טאג.
- ב און ער האט אויסגערופען און האט געזאגט:
- ג אונטערגעהן זאל דער טאג אין וועלכען איך בין געבארען געווארען, און די נאכט וועלכע האט אנגעזאגט: א מעגליך קינד איז (אין מוטערלייבּ) געשאפען געווארען.
- ד פינסטערניש זאל זיין יענער טאג, גאט פון אויבּען זאל זיך אויף איהם ניט נאכפרעגען, קיין שימער זאל אויף איהם ניט שיינען.
- ה פארפלעקען זאלען איהם פינסטערניש, און דער שאטען פון טויט, א וואלקען זאל רוהען אויף איהם, די היץ-כמארעס פון טאג זאלען איהם פילען מיט שרעק.
- ו יענע נאכט = א חשכ'ניש זאל זי צונעהמען, זי זאל זיך ניט פרייהען מיט די (איבריגע) טעג פון יאהר, אין דער צאהל פון מאנאטען זאל זי ניט אריינקומען.
- ז דען די דאזיגע נאכט זאל זיין אן איינזאמע, קיין פרייהליך געזאנג זאל אין איהר ניט אריינקומען.
- ח שילטען זאלען זי די וואס פלוכען דעם טאג, די וועלכע זיינען גרייט זייער קלאג-ליעד אויפצוהויבען.
- ט דונקעל ווערען זאלען איהרע אווענד-שטערען, זי זאל האפען אויף דאס ליכט און עס זאל ניט קומען, און זי זאל ניט אנזעהן די אויגען-בּרעמען פון דעם מארגען.
- י ווייל זי האט ניט פארשלאסען די טהירען פון מיין מוטער-לייבּ, און ניט פארבּארגען ליידען פון מיינע אויגען.
- יא ווארום בין איך ניט גלייך פון געבּערמוטער געשטארבּען, ווארום ניט ארויס פון בויך און גלייך פארגאנגען ?
- יב ווארום האבּען מיך קניה אויפגענומען, ווארום בּריסט פון וועלכע איך זאל זויגען?
- יג איך וואלט שוין געלעגען און שטיל געוועזען, איך וואלט שוין געשלאפען און געהאט רוח.
- יד מיט קיניגען און מיט ראטהגעבער פון דער ערד, ויעלכע פארבּויען פאר זיך וויסטעניסען;
- טו אדער מיט פירשטען וועלכע האבּען גאלד און פילען זייערע הייזער מיט זילבּער אָן.
- טז אדער ווארום בין איך ניט ווי א פארבּארגענער מפיל געוועזען? ווי קינדער וועלכע האבּען דעם שיין ניט געזעהן?
- יז דארט הערען אויף די פארדארבּענע זיך צו רודערן, און דארטען רוהען די פארמאטערטע.
- יח דארט זיינען די געפאנגענע פריי פון זארג, זיי הערען ניט די שטים פון באדריקער.
- יט גרויס און קליין זיינען דארט פאראנען, און דער קנעכט איז פריי פון זיין אויבּערהאר.
- כ ווארום גיט ער ליכט צו דעם ליידענדען, און לעבּען - צו די פארבּיטערטע?
- כא צו די וועלכע ווארטען אויפ'ן טויט און ער קומט ניט, און צו די וועלכע זוכען איהם מעהר ווי פארבּארגענע שאצען?
- כב צו די וועלכע טאנצען פון פרייד, און זיינען לוסטיג ווען זיי געפינען א גרובּ?
- כג צו דעם מאן וואס זיין וועג איז פארבּארגען און גאט האט פאר איהם פארצאהמט?
- כד דען איידער מיין בּרויט קומט מיין קרעכץ, און גלייך ווי וואסער גיסען זיך מיינע קלאגען.
- כה דען דער שרעק פאר וועלכען איך האבּ זיך געשראקען איז אויף מיר געקומען, דאס פאר וואס איך האב מורא געהאט איז אויסגעגאנגען צו מיר.
- כו איך האב ניט געהאט קיין פרידען און קיין רוהיגקייט און קיין אפּרוה, פארדרוס בּלויז איז געקומען.