ביאור:איוב טז
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב טז)
- א און איוב האט געעגטפערט און האט געזאגט:
- ב איך האב געהערט פיעל אזעלכע (זאכען), לעסטיגע טרייסטער זייט איהר אלע.
- ג וועט נעהמען אן ענד צו די לופטיגע רייד? וואס טרייבט דיך אן דו זאלסט מיך ענטפערען?
- ד איך וואלט אויך גערעדט אזוי ווי איהר ווען אייער זעעל וואלט געווען אויף דעם פּלאטץ פון מיינער, איך וואלט אויף אייך געזאמעלט ווערטער, און וואלט אויף אייך געשאקעלט מיט'ן קאפּ.
- ה איך וואלט אייך געקרעפטיגט מיט מיין מויל, און די באדויערונג פון מיינע ליפּען וואלט צוריקגעהאלטען (אייער וועהטאג).
- ו אויב איך וועל ריידען וועט מיין שמערץ ניט פארהאלטען ווערען, און ווען איך זאל אויפהערען, וואס וועט מיר אפּגעהן?
- ז איצטער האט ער מיך אויסגעמאטערט - דו האסט פארוויסט מיין גאנצע געזעלשאפט!
- ח דו האסט מיך מיט קנייטשען באדעקט. דאס איז מיין עדות. מיין מאגערקייט אויף מיין געזיכט רעדט (פאר מיך).
- ט זיין צארען האט (מיך) פארצוקט, ער האט מיך פארהאסט, ער קריצט אויף מיך מיט די צייהנער. מיין פיינד שלייפט אויף מיך זיינע אויגען.
- י זיי האבען אויפגעריסען אקעגען מיך זייער מויל. זיי שלאגען מיינע באקען מיט פארוואורף. זיי בוגנטעווען זיך צוזאמען קעגען מיר.
- יא גאט האט מיך איבערגעגעבען צו דעם נידערטרעכטיגען, אין די הענד פון די שלעכטע האט ער מיך אריינגעווארפען.
- יב רוהיג בין איך געווען און ער האט מיך צוברעקעלט, ער האט מיך אנגענומען פאר'ן נאקען און האט מיך צושמעטערט, און האט מיך אוועקגעשטעלט אלס ציעל פאר זיך.
- יג זיינע פיילענשיסערס רינגלען מיך ארום, ער צושפּאלט מיינע ניערען און האט קיין מיטלייד ניט, ער גיסט אויס אויף דער ערד מיין גאל.
- יד ער צוברעכט מיך מיט בראך אויף בראך, ער לויפט קעגען מיר אזוי ווי א שטארקער (קריגער).
- טו איך האב אויפגעגייהט א זאק-קלייד אויף מיין הויט, מיין שטאלץ האב איך אין אש אריינגעלעגט.
- טז מיין געזיכט איז רויט פון געוויין, אויף מיינע ברעמען איז דער שאטען פון טויט.
- יז (און אלץ) ווייל, קיין אונרעכט איז ניטא אין מיינע הענד און מיין געבעט איז ריין.
- יח א ערד, דעק גיט צו מיין בלוט, זאל פאר מיין געשריי קיין ארט זיך ניט געפינען.
- יט איצט אויך איז אין הימעל מיין עדות און מיין באווייז איז אין דער הויך.
- כ מיינע געדאנקען זיינען מיינע פארטהיידיגער. צו גאט טריפט מיין אויג.
- כא א ווען א מענש וואלט געקעגט טענה'ן מיט גאט אזוי ווי איין מענשען-קינד מיט א צווייטען!
- כב די געצעהלטע יאהרען וועלען פארבייגעהן און איך וועל געהן אויף א ווענ פון וועלכען איך וועל זיך מעהר ניט אומקעהרען.