לדלג לתוכן

טייטש יהואש איוב פרק ו

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב ו)


א און געענטפערט האט איוב און געזאגט:
ב ווען מיין שמערץ זאל געזואויגען ווערען, און מען זאל אויפהויבען אין א וואגשאל מיין גאנצען בראך.
ג שווערער ווי זאמד פון מעער וואלט ער דאן געווען; דאריבער זיינען מיינע ווערטער צומישט,
ד דען די פיילען פון דעם אלמעכטיגען שטעקען אין מיר, און מיין גייסט טרינקט זייער גיפט. די שרעקען פון גאט רייהען זיך (אין קאמפף) אקעגען מיר.
ה הירזשעט דער ווילדער עזעל אויפ'ן גראז? רעוועט דער אקס איבער זיין שפייז-געמיש?
ו ווערט אונגעווירצטע שפייז געגעסען אהן זאלץ? איז דא א געשמאק אין קלעפינען שפייעכטס?
ז (זאכען) וואס מיין זעעלע האט זיך געווייגערט אנצוריהרען, זיי זיינען איצט מיין עקעלהאפטע שפייז.
ח אָ, ווען מיין פארלאנג זאל אנקומען, ווען גאט זאל שענקען מיין האפענונג;
ט און דער אלמעכטיגער זאל איינוויליגען און מיך צודריקען, ער זאל לויז לאזען זיין האנד און מיך דערענדיגען!
י דאס וואלט נאך פאר מיך א טרייסט געווען, איך וואלט זיך מיט דעם וועהטאג געפרעהט; ער זא׳ל נאר קיין מיטלייד ניט האבען! - איך האב דאך אין די ווערטער פון דעם הייליגען ניט געלייקענט.
יא וואס איז מיין קראפט איך זאל האפען? וואס וועט מיין ענד זיין, איך זאל מיין געדולד פערלענגערען?
יב איז מיין קראפט די קראפט פון שטיינער? איז מיין פלייש פון קופער?
יג יא, קיין הילף איז מעהר פאר מיך ניטא, און יעדער ראטה פערשטויסען איז פון מיר.
יד דעם ליידענדען דארף זיין גוטער פריינד מיטלייד שענקען, ער אבער פערלאזט די גאטספארכטיגקייט.
טו מיינע ברידער האבען געפעלשט ווי דער טייך, זיי זיינען אוועק אזוי ווי דער שטראם פון די פלוסען,
טז וואס ווערען פארדונקעלט פון דעם אייז און זייער אויבערדעק ווערט פארבארגען פון שנעע.
יז ווען זיי ווערען צואווארעמט ווערען זיי פארשוואונדען, פון דער היץ רוקען זיי זיך אוועק פון זייער פלאטץ.
יח עס דרעהען זיך די וועגען פון זייער וואנדערונג, זיי פארגעהען אין דער וויסטע און ווערען פארלארען.
יט די קאראוואנען פון תימא האבען אויסגעקוקט, די מחנות פון שבא האבען אויף זיי געהאפט.
כ זיי האבען זיך געשעמט וואס זיי האבען צוטרוי געהאט, זיי זיינען געקומען אהינצו און זיינען געווארען צו שאנד.
כא אזוי זייט איהר איצט געווארען, איהר האט דערזעהן דעם בראך און האט זיך דערשראקען.
כב האב איך דען געזאגט: גיט מיר (עפעס)? שענקט פון מיינעטוועגען פון אייער פארמעגען?
כג און ראטעוועט מיך פון דעם פיינד'ס האנד, און לייזט מיך אויס פון דער האנד פון טיראנען?
כד לערענט מיך און איך וועל שווייגען, און וואס איך האב פארזעהן גיט מיר צו פארשטעהן.
כה ווי שטארק זיינען די ווערטער פון וואהרהייט! אבער וואס באווייזען אייערע טענות ?
כו רעכענט איהר ווערטער פאר א בעווייז, און די רייד פון דעם פארצווייפעלטען (האלט איהר בלויז) פאר ווינד?
כז איהר וואלט אויף א יתום (אן אומגליק) ארויפווארפען, אייערע פריינד וואלט איהר אונטערגעגראבען.
כח און איצטער באוויליגט מיך און ווענדט זיך צו מיר: זאג איך אייך אין אייער געזיכט ליגען?
כט איבערלעגט זיך, לאזט קיין אונרעכט ניט געשעהן, איבערלעגט זיך ווידער. דערינען ליגט מיין אונשולד.
ל איז אן אונגערעכטיגקייט פאראן אויף מיין צונג? אדער פארשטעהט מיין גומען ניט וואס פארברעכען איז?

ביאורי פסוקים