לדלג לתוכן

ביאור:איוב יט

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב יט)


א און איוב האט געענטפערט און האט געזאגט:
ב ווי לאנג נאך וועט איהר באטריבען מיין זעעל און מיך מיט ווערטער צודריקען?
ג שוין צעהן מאל האט איהר מיך באליידיגט, איהר שעמט זיך גאר ניט, איהר ווייזט זיך ווי פרעמדע ארויס קעגען מיר.
ד אויב איך האב שוין יא פארזעהן, דאן וועט מיין פארזעהן בלייבען ביי מיר.
ה אויב איהר ווילט ווירקליך זיך גרויסען איבער מיר און ווילט מיר פארווארפען מיין שאנד.
ו דאן זאלט איהר וויסען אז גאט האט מיר געקריוודעט, און ער האט זיין נעץ ארומנעשטעלט ארום מיך.
ז איך שריי אויס קעגען די געוואלד-טהאט און איך ווער ניט געענטפערט, איך רוף (נאך-הילף) און ס'איז קיין גערעכטיגקייט ניט פאראנען.
ח ער האט פארצאהמט מיין וועג און איך קען ניט דורכגעהן, און פינסטערניס האט ער ארויפגעלעגט אויף מיינע שטעגען.
ט ער האט מיין עהרע ארונטערגעצויגען פון מיר, ער האט אראפּגענומען די קרוין פון מיין קאפּ.
י ער האט מיך רונד ארום צובראכען און איך געה אויס, ער האט ווי א בוים אויסגעווארצעלט מיין האפענונג.
יא זיין צארען האט זיך צוברענט אויף מיר און ער האלט מיך אזוי ווי (איינעם פון) זיינע פיינד.
יב זיינע פּאלקען קומען צוזאמען און טרעטען אויס זייער וועג קעגען מיר און לאגערען אתם מיין געצעלט.
יג מיינע ברידער האט ער פון מיר דערווייטערט, מיינע באקאנטע זיינען צו מיר פרעמד געווארען.
יד מיינע פארוואנדטע האבען אויפגעהערט (צו קומען), מיינע גוטע פריינד האבען מיך פארגעסען.
טו די איינוואוהנער פון מיין הויז, מיינע דיענסטען אפילו האלטען מיך פאר א פרעמדען, א ווילד-פרעמדער בין איך געווארען ביי זיי אין די אויגען.
טז איך רוף מיין קנעכט און ער ענטפערט ניט, איך בעט זיך ביי איהם מיט מיין מויל.
יז מיין אטהעם איז אפּשטויסענד געווארען צו מיין פרוי, און איך בעט זיך ביי די קינדער פון מיין (אייגעגעם) לייב.
יח אינגלעך אפילו פאראכטען מיך, איך שטעל זיך אויף און זיי ריידען מיר אקעגען.
יט אלע מיינע פארטרויטע פריינד עקלען זיך מיט מיר, די וועלכע איך האב ליעב געהאט, האבען זיך געקעהרט קעגען מיר.
כ צו מיין הויט און צו מיין פלייש האט זיך צוגעקלעפּט מיין געביין, איך בין ארויס (קוים) מיט די יאסלעס פון מיינע צייהנער.
כא האט מיטלייד אויף מיך! האט מיטלייד אויף מיך איהר, מיינע פריינד, דען די האנד פון גאט האט מיך אנגעגריפען.
כב ווארום פערפאלגט איהר מיך אזוי ווי גאט, און קענט זיך ניט זעטיגען מיט מיין פלייש?
כג א, זוען מיינע ווערטער זאלען פארשריבען ווערען! א ווען זיי וואלטען אין א בוך פערצייכענט ווערען,
כד מיט א גריפעל פון אייזען און בליי אויף אייביג אין פעלז אויסגעקריצט ווערען.
כה און איך ווייס אז מיין אויסלייזער לעבט, און וועט דער לעצטער בלייבען אויף דער ערד.
כו ווען זיי וועלען האבען צושטערט מיין הויט (וועט) דאס (זיין), און (באפרייט) פון מיין פלייש, וועל איך דערזעהן גאט.
כז איך אליין וועל זעהן, און מיינע אויגען וועלען אנקוקען און ניט א פרעמדער. מיינע ניערען אין מייין לייב געהען אויס (צו זעהן יענעם טאג).
כח איהר זאגט: ווי זאלען מיר איהם פארפאלגען ? (דענקענדיג) אז דער ווארצעל פון דער זאך איז אין מיר.
כט שרעקט זיך פארן שוועד, דען צארען איז א זינד וואס ברעגגט דעם שוועד. איהר זאלט וויסען אז עס איז דא א געריכט.

ביאורי פסוקים