טייטש יהואש במדבר פרק א
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
במדבר פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו (חומש בית יהודה ווערסיע במדבר א)
א און גאָט האָט גערעדט צו משהן אין מדבּר סינַי, אין אוֹהל מוֹעד, אין ערשטן טאָג פון צווייטן חודש, אין צווייטן יאָר נאָך זייער ארויסגיין פוּן לאַנד מִצְרַיִם, אזוי צו זאָגן: ב נעמט אויף דעם מספּר פוּן דער גאַנצער עדה פוּן די קינדער פוּן ישראל לויט זייערע משפּחות, לויט זייערע פאָטערהייזער, נאָך דער צאָל פון נעמען, יעטוועדער מאַנספּאַרשוין, לויט זייערע קעפּ. ג פוּן צוואַנציק יאָר אַלט אוּן העכער, איטלעכן אין ישראל וואָס גייט ארויס אין חיל, זאָלט איר זיי ציילן לויט זייערע מחנות, דוּ אוּן אהרן. ד אוּן מיט אַייך זאָלן זיין צוּ מאַן, צוּ מאַן פוּן אַ שבט, אַ מאַן וואָס איז דער הויפּט פוּן זיין פאָטערהויז. ה און דאָס זיינען די נעמען פוּן די מענער וואָס זאָלן שטיין מיט אַייך: פוּן ראוּבן, אֶלִיצוּר דער זוּן פוּן שְדֵיאוּרן. ו פוּן שמעון, שְלוּמִיאֵל דער זוּן פוּן צוּרישַדָין. ז פוּן יהוּדה, נַחְשוֹן דער זוּן פוּן עַמִינָדָבן. ח פוּן יִשׂשָׂכָר, נְתַנְאֵל דער זוּן פוּן צועַרן. ט פוּן זְבוּלוּן, אֶלִיאָב דער זוּן פוּן חֵלוֹנען. י פון די קינדער פון יוסף: פון אפרים, אֶלִישָמָע דער זון פון עַמִיהוּדן; פון מנשה, גמליאל דער זון פון פְּדָהצוּרן. יא פון בנימין, אַבִידַן דער זון פון גִדְעוֹנין. יב פון דן, אַחִיעֶזֶר דער זון פון עַמִישַדָין. יג פון אשר, פַּגְעִיאֵל דער זון פון עָכְרַנען. יד פון גד, אֶלְיָסָף דער זון פון דְעוּאֵלן. טו פון נפתלי, אַחִירַע דער זון פון עֵינָנען. טז
די דאזיקע זיינען געווען גערופענע פון דער עדה, פירשטן פון זייערע פאטערשטאמען; די הויפּלייט פון די טויזנטן פון ישראל זיינען זיי געווען. יז און משה און אהרן האָבן גענומען די דאָזיקע מענער וואָס זיינען אָנגערופן מיט די נעמען. יח און זיי האָבן איינגעזאמלט די גאַנצע עדה אין ערשטן טאָג פון צווייטן חודש; און זיי האָבן אנגעגבּן זייער געבּורט לויט זייערע משפחות, לויט זייערע פאָטערהוייזער, נאָך דער צאָל פון נעמען, פון צוואַנציק יאָר אַלט און העכער, לויט זייערע קעפּ. יט אזוי ווי גאָט האָט באַפוילן משהן, האָט ער זיי געציילט אין מדבּר סינַי.
כ און די קינדער פון ראובן, ישראלס בכּוֹר, זייערע געבּורטן לויט זייערע משפּחות, לויט זייערע פאָטערהייזער, נאָך דער צאָל פון נעמען, לויט זייערע קעפּ, יעטוועדער מאַנספּאַרשוין פון צוואַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער וואָס גייט ארויס אין חיל. כא ראובן, זיינען געווען זעקס און פערציק טויזנט און פינף הונדערט.
כב פון די קינדער פון שמעון, זייערע געבּורטן לויט זייערע משפּחות, לויט זייערע פאָטערהייזער, זיינע געציילטע נאָך דער צאָל פון נעמען, לויט זייערע קעפּ, יעטוועדער מאַנספּאַרשוין פון צוואַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער וואָס גייט ארויס אין חיל. כג זייערע געציילצע, פון שבט שמעון, ניין און פופציק טויזנט און דריי הונדערט.
כד פון די קינדער פון גד, זייערע געבּורטן לויט זייערע משפּחות, לויט זייערע פאָטערהייזער, נאך דער צאָל פון נעמען, פון צוואנציק יאָר אלט און העכער, איטלעכער וואָס גייט ארויס אין חיל. כה זייערע געציילצע, פון שבט גד, פינף און פערציק טויזנט און זעקס הונדערט און פופציק.
כו פון די קינדער פון יהודה, זייערע געבּורטן לויט זייערע משפּחות, לויט זייערע פאָטערהייזער, נאָך דער צאָל פון נעמען, פון צוואַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער וואָס גייט ארויס אין חיל. כז זייערע געציילצע, פון שבט יהודה, פיר און זיבעציק טויזנט און זעקס הונדערט.
כח פון די קינדער פון יִשׂשָׂכָר, זייערע געבּורטן לויט זייערע משפּחות, לויט זייערע פאָטערהייזער, נאָך דער צאָל פון נעמען, פון צוואַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער וואָס גייט ארויס אין חיל. כט זייערע געציילצע, פון שבט יִשׂשָׂכָר, פיר און פופציק טויזנט און פיר הונדערט.
ל פון די קינדער פון זבולון, זייערע געבּורטן לויט זייערע משפּחות, לויט זייערע פאָטערהייזער, נאָך דער צאָל פון נעמען, פון צוואַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער וואָס גייט ארויס אין חיל. לא זייערע געציילצע, פון שבט זבולון, זיבּן און פופציק טויזנט און פיר הונדערט.
לב פון די קינדער פון יוסף: פון די קינדער פון אפרים, זייערע געבּורטן לויט זייערע משפּחות, לויט זייערע פאָטערהייזער, נאָך דער צאָל פון נעמען, פון צוואַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער וואָס גייט ארויס אין חיל. לג זייערע געציילצע, פון שבט אפרים, פערציק טויזנט און פינף הונדערט.
לד פון די קינדער פון מנשה, זייערע געבּורטן לויט זייערע משפּחות, לויט זייערע פאָטערהייזער, נאָך דער צאָל פון נעמען, פון צוואַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער וואָס גייט ארויס אין חיל. לה זייערע געציילצע, פון שבט מנשה, צוויי און דרייסיק טויזנט און צוויי הונדערט.
לו פון די קינדער פון בנימין, זייערע געבּורטן לויט זייערע משפּחות, לויט זייערע פאָטערהייזער, נאָך דער צאָל פון נעמען, פון צוואַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער וואָס גייט ארויס אין חיל. לז זייערע געציילצע, פון שבט בנימין, פינף און דרייסיק טויזנט און פיר הונדערט.
לח פון די קינדער פון דן, זייערע געבּורטן לויט זייערע משפּחות, לויט זייערע פאָטערהייזער, נאָך דער צאָל פון נעמען, פון צוואַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער וואָס גייט ארויס אין חיל. לט זייערע געציילצע, פון שבט דן, צוויי און זעכציק טויזנט און זיבּן הונדערט.
מ פון די קינדער פון אשר, זייערע געבּורטן לויט זייערע משפּחות, לויט זייערע פאָטערהייזער, נאָך דער צאָל פון נעמען, פון צוואַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער וואָס גייט ארויס אין חיל. מא זייערע געציילצע, פון שבט אשר, איין און פערציק טויזנט און פינף הונדערט.
מב פון די קינדער פון נפתּלי, זייערע געבּורטן לויט זייערע משפּחות, לויט זייערע פאָטערהייזער, נאָך דער צאָל פון נעמען, פון צוואַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער וואָס גייט ארויס אין חיל. מג זייערע געציילצע, פון שבט נפתּלי, דריי און פופציק טויזנט און פיר הונדערט.
מד דאָס זיינען די געציילטע וואָס משה און אהרן האָבן געציילט, און די פירשטן פון ישראל; צוועלף מאַן, צו איין מאַן פון זיין פאָטערהויז זיינען זיי געווען. מה און אַלע געציילטע פון די קינדער פון ישראל לויט זייערע פאָטערהייזער, פון צוואַנציק יאָר אַלט און העכער, איטלעכער וואָס גייט אַרויס אין חיל אין ישראל, זיינען געווען. מו אַלע געציילטע זיינען געווען זעקס מאָל הונדערט טויזנט, און דריי טויזנט, און פינף הונדערט און פופציק. מז אָבער די לויים לויט זייער פאָטערשטאַם זיינען נישט געציילט געוואָרן צווישן זיי.
מח און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזוי צו זאָגן: מט דעם שבט לוי אָבער זאָלסטו נישט ציילן, און זייער צאָל זאָלסטו נישט אויפנעמען צווישן די קינדער פון ישראל. נ נאָר דו שטעל די לויים איבּער דעם משכּן פון געזעץ, און איבּער אַלע זיינע כּלים, און איבּער אַלץ וואָס געהערט צו אים; זיי זאָלן טראָגן דעם משכּן, און אַלע זיינע כּלים, און זיי זאָלן אים באַדינען; און רונד ארום דעם משכּן זאָלן זיי לאַגערן. נא און ביי ציען פון משכּן זאָלן אים די לויים אַראָפּנעמען, און ביי רוען פון משכּן זאָלן אים די לויים אויפשטעלן, און דער פרעמדער וואָס גענענט זאָל געטייט ווערן.
נב און די קינדער פון ישראל זאָלן לאַגערן איטלעכער אין זייער לאַגער, און איטלעכער ביי זיין פאָן, לויט זייערע מחנות. נג און די לויים זאָלן לאַגערן רונד אַרום דעם משכּן פון געזעץ, כּדי עס זאָל נישט זיין אַ צאָרן אויף דער עדה פון די קינדער פון ישראל. און די לויים זאָלן היטן די היטונג פון דעם משכּן פון געזעץ. נד און די קינדער פון ישראל האָבן אַזוי געטאָן; אזוי ווי אַלץ וואָס גאָט האָט באַפוילן משהן, אזוי האָבן זיי געטאָן.