לדלג לתוכן

ביאור:איוב כב

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב כב)


א און געענטפערט האט אליפז דער תימני און האט געזאגט:
ב קען דען דער מענש נוצען גאט? דער פארשטענדיגער נוצט בלויז זיך אליין.
ג האט דען גאט א נוץ דערפון וואס דו ביזט גערעכטיג, צי געווינט ער דערביי ווען דיינע וועגען זיינען פרום?
ד צי ווייל ער האט מורא פאר דיר שטראפט ער דיך? צי געהט ער מיט דיר פאר געריכט?
ה דיינע שלעכטע טהאטען זיינען פיעל, און קיין ענד איז ניטא צו דיינע זינד.
ו דו האסט גענומען א משכון ביי דיינע ברידער אומזיסט, פון די נאקעטע האסטו די קליידער ארונטערגעצויגען.
ז קיין וואסער צו טרינקען האסטו דעם מידען ניט געגעבען, פון דעם הונגעריגען האסטו צוריקגעהאלטען ברויט.
ח צו דעם מאן מיטן (שטארקען) ארעם האט בעלאנגט די ערד, (בלויז) דער אנגעזעהענער מאן האט געמעגט אויף איהר וואוהנען.
ט און די אלמנה האסטו אוועקגעשיקט מיט ליידיגען, און די ארעמס פון די יתומים זיינען צודריקט געווארען.
י דאריבער (ליגען) נעצען ארום דיר און דיך גרוילט א פּלוצלינגער שרעק,
יא ענטוועדער א פינסטערניס און דו זעהסט ניט מעהר אדער א פלייצונג פון וואסער פארדעקט דיך.
יב גאט איז דאך אין דער הויכקייט פון די הימלען, דו זעהסט דעם שפּיץ פון די שטערען, ווי הויך זיי זיינען,
יג און דו זאגסט: וואס ווייס גאט? צי קען ער פון הינטער די נעבעלס אורטהיילען?
יד די וואלקענס פארשטעלען איהם און ער קען ניט זעהן. אויף דעם געוועלב פון הימעל שפּאצירט ער ארום.
טו האסטו אויפגעפּאסט דעם וועג אויף וועלכען עס האבען פון אייביג אן געטראטען די מענער פון אונגערעכטיגקייט,
טז וועלכע זיינען צוקנייטשט געווארען פאר דער צייט און א טייך האט פארפלייצט זייעד פונדאמענט?
יז וועלכע האבען געזאגט צו גאט: קעהר זיך אפּ פון אונז? וואס קען דער אלמעכטיגער טהאן פאר זיי?
יח דאך ער האט עס אנגעפילט זייערע הייזער מיט גוטס. - דער געדאנקען פון די פארדארבענע איז ווייט פון מיר.
יט די גערעכטיגע וועלען צוזעהן און וועלען זיך פרעהען, דער אונשולדיגער וועט שפּאטען פון זי.
כ איז דען ניט אונזער פיינד פארטיליגט געווארען? זייער גרויסקייט האט דאס פייער פארצעהרט.
כא ווער באקאנט מיט איהם (גאט) און דו וועסט לעבען אין פרידען; דורך דעם וועט קומען גוטס אויף דיר.
כב נעהם דיין לעהרע פון זיין מויל, לעג אריין זיינע ווערטער ביי דיר אין הערצען.
כג ווען דו וועסט זיך אומקעהרען צו דעם אלמעכטיגען וועסטו אויפגעריכט ווערען – דו זאלסט נאר דערווייטערען די אונגערעכטיגקייט פון דיינע געצעלטען.
כד ווארף אין שטויב דיינע טהייערע מעטאלען, און ביי די פעלזען פון טייך – דיין אופיר גאלד.
כה און דער אלמעכטיגער זאל זיין דיין טהייערער מעטאל, דיין העל-שיינענדער זילבער זאל ער זיין,
כו דאן וועסטו קוועלען פון דעם אלמעכטיגען, דו וועסט אויפהויבען צו גאט דיין געזיכט.
כז דו וועסט בעטען ביי איהם און ער וועט דיך צוהערען דען דיינע פארשפּרעכונגען (צו גאט) וועסטו באצאהלען.
כח דו וועסט באשליסען א זאך און זי וועט דיר ערפילט ווערען, און איבער דיינע וועגען וועט שיינען א ליכטיגקייט.
כט (דעם) וואס מען האט ערנידעריגט וועסטו הייפען (ער זאל) דערהויבט ווערען, און דעם וואס האט אראפּגעבויגט די אויגען דעם וועט (גאט) העלפען.
ל ער וועט רעטען (אפילו) דעם ניט-אונשולדיגען, וועלכער וועט גערעטעט ווערען צוליעב די ריינקייט פון דיינע הענט.

ביאורי פסוקים