לדלג לתוכן

קיצור שו"ע עברי טייטש סימן ו

פֿון װיקיביבליאָטעק

מפתחות - סימן א אויפשטיין אין דער פרי - סימן ב לבישת בגדים - סימן ג נטילת ידיים שחרית - סימן ד בית כסא און אשר יצר - סימן ה הכנת מקום לתפילה ולקדושה - סימן ו ברכות השחר, ברכות, אמן וברוך שמו - סימן ז ציצית - סימן ח תפילין - סימן ט מזוזה - סימן י נקיות און הכנות לתפילה - סימן יא פסוקי דזמרה - סימן יב קדיש מיט ברכו און מנין - סימן יג ברכות קריאת שמע - סימן יד קריאת שמע - סימן טו שמונה עשרה - סימן טז משיב הרוח ומוריד הטל - סימן יז עננו און יעלה ויבא - סימן יח חזרת הש"ץ - סימן יט תחנון - סימן כ קריאת התורה לייענען - סימן כא וויפל פסוקים מ'ליינט, און הוספת פסוקים - סימן כב העולה לתורה וטעה, און צו וועמען מ'גיט עליה - סימן כג כהן ולוי ביי עולה לתורה זיין - סימן כד הגבהה וגלילה - סימן כה קדיש יתום - סימן כו נאך דאווענען און ובא לציון


(געשריבן געווארן לויט א גערעדטן יידיש. גיב א קוק אין ייווא)

סימן ז דינים פון ברכות השחר פון דער פרי, אויך אנדערע ברכות און פון ברוך הוא וברוך שמו אמן. אנטהאלט עלף סעיפים.

א. מען טאר נישט דערמאנען אויף קיין שום לשון דעם אייבערשטנס נאמען לבטלה. איבער דעם דארף מען זיין נזהר נישט צו מאכן חס ושלום א ברכה לבטלה. נאר איידער ער מאכט א ברכה, זאל ער פריער וויסן וואספאר א ברכה ער דארף צו מאכן, און זאל פארשטיין דעם פירוש המילות. און ווען האט חלילה געמאכט א ברכה לבטלה, זאל ער דערנאך זאגן "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד".

ב. ווען מען האט זיך דערמאנט ביי דעם שם אז די ברכה איז אומזיסט, זאל ער אויסלאזן די ווערטער "למדני חוקיך", כדי עס זאל אויסווייזן ווי ער האט געזאגט א פסוק פון תהילים (קיט יב), "ברוך אתה ה למדני חוקיך". און ווען ער האט שוין געזאגט דעם שם אלהים, (און ער האט זיך דערמאנט) איידער ער האט געענדיקט דעם שם אלהינו, (און ער האט נאר געזאגט אלהי) זאל ער אויסלאזן "ישראל מעולם ועד עולם" (כדי עס זאל אויסווייזן ווי ער האט געזאגט א פסוק פון דברי הימים כט י). און זאל אויך זאגן "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד".

ג. ווען מען מאכט א ברכה איבער וואסער און איידער ער האט געטרונקען איז ער געוואויר געווארן אז אין דער שטוב[1] איז דא א מת,[2] אז מען דארף דאס וואסער אויסגיסן, זאל ער גארנישט קוקן אויף דעם, און זאל טרינקען אביסל וואסער, אז ער זאל נישט מאכן קיין ברכה לבטלה. און דאס רעשט וואסער זאל ער אויסגיסן, און דער אייבערשטער וועט אים שוין היטן, דאס וואסער וועט אים נישט שאדן. (= שאצן).

ד. דאס מויל דארף זיין ריין הן פון שפייעכץ, הן פון אנדערע זאכן, ווען ער מאכט א ברכה. און ווען מען הערט פון דעם אנדערן מענטש זאגן די ווערטער ברוך אתה ה', זאל מען זאגן ברוך הוא וברוך שמו. און ווען מען הערט דעם אנדערן ענדיקן די גאנצע ברכה, זאל מען ענטפערן אמן. נאר ער זאל דעם אמן זאגן שארף די אויתיות, און זאל נישט העכער שרייען, ווי דער וואס מאכט די ברכה.

ה. אז מען לאזט אויס גלייך מיט דעם אנדערן א ברכה (די זעלבע ברכה), דארף מען נישט ענטפערן אמן. אבער אז ער האט אויסגעלאזט אן אנדער ברכה, און דער חזן אן אנדער ברכה, זאל ער ענטפערן נאך דעם חזנ'ס ברכה אמן. און די ברכה פון ישתבח און שומר עמו ישראל לעד און פון יהללוך וואס נאך הלל, איז דער דין: אז אפילו ער האט זי גומר געווען גלייך מיט דעם ש"ץ (און דאס איז די זעלבע ברכה), זאל ער ענטפערן אמן.

ו. נאך די ברכה המעביר שנה מעיני ותנומה מעפעפי, ענפערט מען נישט קיין אמן. און נאך די ברכה לעסוק בדברי תורה איז א ספק צי מען דארף נאך זאגן אמן, איבער דעם זאל ער זאגן שטילערהייט, אז ער זאל דעם צווייטן מענטש נישט ברענגען צו א ספק אמן.

ז. די ברכה הנותן לשכוי בינה טאר מען נישט זאגן, סיידן עס איז שוין טאג. און ווען מען איז אויף א גאנצע נאכט, זאל מען נישט זאגן די ברכה על נטילת ידים, און אלהי נשמה, און המעביר שינה מעיני. אויך איז א ספק צי מען דארף זאגן ברכות התורה, דרום (= ווייל) איז גלייך (= געהריק, ראוי) אז ער זאל ברכת התורה הערן פון אן אנדערער, און נאך זאגן אמן וועט ער שוין יוצא זיין.

ח. ווען ער האט נישט געזאגט די ברכות השחר אין דער פרי פאר דעם דאווענען, מעג ער זיי זאגן נאך דעם דאווענען. חוץ די ברכה על נטילת ידיים מיט אלהי נשמה זאגט מען נישט. און ברכות התורה דארף מען אויך שוין נישט צו זאגן, נאר ער זאל זען באלד נאך דעם דאווענען עפעס צו לערנען.

ט. ווען מען האט אים אויפגערופן צום ספר איידער ער האט געזאגט ברכות התורה, זאל ער זען אויב עס איז מעגלעך אז ער זאל פריער זאגן ברכות התורה און דער פסוק יברכך, זאל ער זאגן. און אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) עס איז נישט מעגלעך, (און דאס איז טרחא דציבורא) אז דאס ציבור וועט מוזן דורך אים ווארטן, זאל ער אזוי עולה לתורה זיין, און נאך דעם ווי ער האט שוין עולה תורה געווען, זאל ער נישט זאגן די ברכה אשר בחר בנו, דען ער האט דאך שוין די ברכה געזאגט ביי דעם ספר.

י. ביי אלע ברכות אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) מען איז אין ספק צי מען האט זיי געזאגט, איז ער נישט מחויב נאך אמאל צו זאגן. נאר די ברכות פון ברכת המזון בענטשן, אזוי באלד (= אין א מנוט וואס) ער געדענקט נישט צי ער האט געבענטש, מוז ער נאך אמאל בענטשן.

יא. ווי עס ווערט נאר א טאג, טאר מען נישט קיין שום זאך פאר דעם דאווענען טאן.


הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. אינעווייניק שרייב ער צייל, דאס מיינט געציילט, אוהל. אין דייטש זאגט מען ציילט.
  2. און דער דין איז אז אלע וואסער וואס געפינען זיך אין א שטוב וואס עס איז דא א מת דארטן מען דארף זיי אויסגיסן און נישט קרינקען.