ביאור:איוב כג
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב כג)
- א און איוב האט געענטפערט און האט געזאגט:
- ב היינט אויך איז ביטער מיין קלאג, מיין אוננליק איז שווערער פון מיין קרעכץ.
- ג ווען איך זאל וויסען ואוו איך קען איהם געפינען? ווען איך זאל קענען צוקומען צו זיין וואוהנונג!
- ד איך וואלט פאר איהם פארגעלעגט מיין משפט, און איך וואלט מיין מויל אנגעפילט מיט טענות.
- ה איך וואלט גערן וויסען די ווערטער וועלכע ער וואלט מיר ענטפערען, איך וואלט גערן פארשטעהן וואס ער וואלט מיר זאגען.
- ו צי מיט גרויס שטארקייט וועט ער מיט מיר שטרייטען? - ניין! - אבער ער וועט לייגען (אויפמערקזאמקייט) אויף מיך.
- ז דארט קען דער עהרליכער דיספּוטירען מיט איהם, און איך וואלט אויף אימער באפרייט ווערען דורך מיין ריכטער.
- ח אבער איך געה צו מזרח און ער איז ניטא, צו מערב - און איך מערק איהס ניט.
- ט וווען ער טהוט אויף (זאכען) אין צפון זעה איך איהם ניט, ער בעהאלט זיך אין דרום און איך קריג איהם ניט אנצוקוקען.
- י אבער ער ווייס מיין אויפפיהרונג, ער האט מיך פּרובירט און איך בין ווי גאלד ארויס.
- יא אין זיינע טריט האלט זיך מיין פוס, זיין וועג היט איך און נייג זיך ניט אפּ.
- יב פון דעם באפעהל פון זיינע ליפּען האב איך זיך ניט אפּגעקעהרט, מעהר ווי מיין טעגליכע שפּייז האב איך אפּגעהיט די ווערטער פון זיין מויל.
- יג ווען ער האלט זיך אן איין זאך ווער וועט איהם צוריקהאלטען? וואס זיין ווילען באגעהרט דאס טהוט ער.
- יד ער וועט ערפילען דאס וואס איז באשטימט פאר מיר, און פיעל אזעלכע (זאכען) זיינען ביי איהם פאראנען.
- טו דאריבער ציטער איך פאר זיין געזיכט, איך באטראכט און ווער צושראקען.
- טז גאט האט אפּגעשלאפט מיינע הערץ, דער אלמעכטיגער האט מיך מיט אנגסט אנגעפילט.
- יז דען איך בין ניט פארשניטען געווארען איידער די פינסטערקייט (איז געקומען) און ער האט די חשוכ'ניס ניט פארדעקט פון מיין געזיכט.