ביאור:איוב יא
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב יא)
- א און צופר דער נעמתי האט געענטפערט און האט געזאגט:
- ב זאל א הויפען פון ווערטער בלייבען ניט געענטפערט? זאל דער מאן פון (רעדעוודיגע) ליפען בלייבען גערעכט ?
- ג דיינע פוסטע רייד מאכען מענשען צו שווייגען, דו שפאטסט און קיינער פערשעמט דיך ניט.
- ד און דו זאגסט: לויטער איז מיין לעהרע, און ריין בין איך פאר דיינע אויגען.
- ה הלואי וואלט גאט ריידען, און ער וואלט עפענען זיינע ליפען קעגען דיר!
- ו און ער וואלט דיר דערצייהלען די געהיימניסען פון קלוגהייט, דען דאפעלטע פאלדען האט די חכמה. און וויסען זאלסטו אז גאט לאזט דורך פיעל פון דיינע זינד.
- ז קענסטו די אויספארשונג פון גאט געפינען, קענסטו דערגרייכען דעם גרענעץ פון דעם אלמעכטיגען?
- ח די הויכקייטען פון הימעל וואס קענסטו(דארט) אויפטהאן? טיעפער ווי די אונטערערד, וואס קענסטו וויסען?
- ט לענגער ווי די ערד איז (זיין) מאס, אוןברייטער פונעם ים.
- י ווען ער געהט פארביי און שליסט איין, און זאמעלט צוזאמען, ווער וועט איהם צוריקהאלטען?
- יא ער קען די מענער פון פאלשקייט, ער זעהט די אונגערעכטיגקייט. זאל ער זיך דען ניט צוקוקען?
- יב דער פוסטער מאן האט קיין פארשטאנד ניט, דען ווי א יונגער ווילדער אייזעל ווערט דער מענש געבארען.
- יג אויב דו האםט געקעהרט דיין הארץ (צו גאט), דאן שפרייט אויס צו איהם דיינע הענט.
- יד אויב דו האסט אונרעכט אין דיין האנט דערווייטער עס. לאז ניט רוהען אין דיינע צעלטען קיין אונגערעכטיגקייט
- טו דאן וועסטו אויפהויבען דיין געזיכט (ריין) פון א פלעק, און דו וועסט שטעהן פעםט און וועסט זיך ניט שרעקען.
- טז דו וועסט דיינע ליידען פארגעסען, ווי וואסער וואס איז פארבייגעלאפען וועסטו(זיי) דערמאנען.
- יז און העלער ווי דער מיטען פון טאג וועט אויפשטעהן דיין לעבען אויף דער וועלט, די פינסטערניס וועט ווערען ווי דער מארגען.
- יח און דו וועסט זיין זיכער אז האפענונג איז פאראנען, דו וועסט מאכען א גראבען (ארום זיך) און וועסט זיך לייגען אין זיכערהייט.
- יט און דו וועסט ליגען און קיינער וועט דיך ניט שרעקען, און פיעל וועלען בעטען דיין לייטזעליגקייט.
- כ און די אויגען פון די פארדארבענע וועלען אויסגעהן, און זייער רעטונג איז פארלארען, און זייער האפענונג ווערט פארצווייפלונג.