לדלג לתוכן

װיקיביבליאָטעק:זאַמדקאַסטן

פֿון װיקיביבליאָטעק
יידישע עברית

א
ב
ג
ד
ה
ו
ז
ח
ט
י
כ
ל
מ
נ
ס
ע
פ
צ
ק
ר

די װערטער פֿון קהלת דעם זון פֿון דָוִדן, דעם מלך אין ירושלים
נישטיקײט פֿון נישטיקײטן, זאָגט קהלת, נישטיקײט פֿון נישטיקײטן, אַלץ איז נישטיקײט.
װאָס פֿאַר אַ נוץ האָט דער מענטש פֿון זײַן גאַנצער מיװאָס ער מיט זיך אונטער דער זון?
אַ דָור פֿאַרגײט, און אַ דָור קומט, און די ערד באַשטײט אײביק.
און די זון גײט אױף, און די זון גײט אונטער, און יאָגט צו איר אָרט אַװוּ זי גײט אױף.
דער װינט גײט קײן דָרום, און פֿאַרדרײט זיך קײן צפֿון, רונד אַרום, רונד אַרום גײט ער, און צו זײַנע געדרײען קערט זיך אום דער װינט.
אַלע טײַכן גײען צום ים, און דער ים װערט ניט פֿול;צו דעם אָרט װוּהין די טײַכן גײען, אַהין גײען זײ װידער.
אַלע װערטער װערן מיד, קײן מענטש קען עס ניט אַרױסרעדן;דאָס אױג קען זיך ניט אָנקוקן זאַט, און דאָס אױער קען זיך ניט אָנהערן פֿול.
װאָס איז געװען דאָס װעט זײַן, און װאָס איז געשען דאָס װעט געשען, און ניטאָ קײן נײַס אונטער דער זון.
פֿאַראַן אַ זאַך װאָס מע זאָגט דערױף:זע, דאָס איז אַ נײַס;איז עס שױן געװען אין אַלטע צײַטןװאָס זײַנען געװען פֿאַר אונדז.
ניטאָ קײן זכר פֿון די פֿריִערדיקע, און פֿון די שפּעטערדיקע װאָס װעלן ערשט זײַן, אױך פֿון זײ װעט קײן זכר ניט זײַן, צװישן די װאָס װעלן זײַן נאָך שפּעטער.
איך קהלת בין געװען אַ מלך איבער ישׂראל אין ירושלים.
און איך האָב אָפּגעגעבן מײַן האַרץ צו זוכן און צו פֿאָרשן מיט חכמה װעגן אַלץ װאָס געשעט אונטער די הימלען. דאָס איז אַ שלעכטער ענין װאָס גאָט האָט געגעבן די מענטשנקינדער, זיך צו פֿאַרנעמען דערמיט.
איך האָב געזען אַלע טוענישן װאָס װערן געטאָן אונטער דער זון, ערשט אַלץ איז נישטיקײט און װינטיאָגעניש;
אַ קרומקײט װאָס מע קען ניט אױסגלײַכן, און אַ פֿעלער װאָס קען ניט גוט געמאַכט װערן.
איך האָב געטענהט מיט מײַן האַרצן אַזױ צו זאָגן: אָט האָב איך געהאַט חכמה גרעסער און מער אײדער אַלע װאָס זײַנען געװען פֿאַר מיר אין ירושלים, און מײַן האַרץ האָט געזען פֿיל חכמה און קענטשאַפֿט.
און איך האָב אָפּגעגעבן מײַן האַרץ צו פֿאַרשטײן חכמה, אױך פֿאַרשטײן משוגעת און נאַרישקײט – בין איך געװאָר געװאָרן אַז דאָס אױך איז װינטיאָגעניש.
װאָרום אין פֿיל חכמה איז פֿיל פֿאַרדראָס, און מערט מען קענטשאַפֿט, מערט מען װײטאָג.

דברי קהלת בן-דוד מלך בירושלם.
הבל הבלים אמר קהלת הבל הבלים הכל הבל.
מה-יתרון לאדם בכל-עמלו שיעמל תחת השמש.
דור הלך ודור בא והארץ לעולם עמדת.
וזרח השמש ובא השמש ואל-מקומו שואף זורח הוא שם.
הולך אל-דרום וסובב אל-צפון סובב סבב הולך הרוח ועל-סביבתיו שב הרוח.
כל-הנחלים הלכים אל-הים והים איננו מלא אל-מקום שהנחלים הלכים שם הם שבים ללכת.
כל-הדברים יגעים לא-יוכל איש לדבר לא-תשבע עין לראות ולא-תמלא אזן משמע.
מה-שהיה הוא שיהיה ומה-שנעשה הוא שיעשה ואין כל-חדש תחת השמש.
יש דבר שיאמר ראה-זה חדש הוא כבר היה לעלמים אשר היה מלפננו.
אין זכרון לראשנים וגם לאחרנים שיהיו לא-יהיה להם זכרון עם שיהיו לאחרנה.
אני קהלת הייתי מלך על-ישראל בירושלם.
ונתתי את-לבי לדרוש ולתור בחכמה על כל-אשר נעשה תחת השמים הוא ענין רע נתן אלהים לבני האדם לענות בו.
ראיתי את-כל-המעשים שנעשו תחת השמש והנה הכל הבל ורעות רוח.
מעות לא-יוכל לתקן וחסרון לא-יוכל להמנות.
דברתי אני עם-לבי לאמר אני הנה הגדלתי והוספתי חכמה על כל-אשר-היה לפני על-ירושלם ולבי ראה הרבה חכמה ודעת.
ואתנה לבי לדעת חכמה ודעת הוללות ושכלות ידעתי שגם-זה הוא רעיון רוח.
כי ברב חכמה רב-כעס ויוסיף דעת יוסיף מכאוב.