ביאור:איוב יב
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב יב)
- א און איוב האט געענטפערט און האט געזאגט:
- ב יא, איהר (נאר אליין) זייט דאס פאלק, און מיט אייך וועט די קלוגהייט אפּשטארבען!
- ג איך האב אויך א הערץ אזוי ווי איהר. איך פאל ניט ארונטער פון אייך. ביי וועמען איז אזוינס ניטא?
- ד איך בין ווי איינער וואס ווערט פון זיין (אייגענעם) פריינד אפּגעלאכט, וואס רופט צו גאט און ער ענטפערט איהם: דער אונשולדיגער פרומער איז (צום) שפּאט.
- ה דעם אונגליקליכען קומט פעראכטונג - לויט די געדאנקען פון דעם וואס האט קיין זארג ניט - זי איז גרייט פאר די וואס זייערע פיס וואנקען.
- ו רוחיג זיינען די געצעלטען פון רויבער, זיכערחייט האבען די וועלכע דערצארענען גאט, און דער וועלכער טראגט זיין - גאט - אין זיין פויסט.
- ז אבער פרעג נאר די טהיערען און זיי וועלען דיר לערנען, דעם פויגעל פון הימעל און ער וועט דיר זאגען.
- ח אדער רייד צו דער ערד און זי וועט דיך באלעהרען, און די פיש פון ים און זיי וועלען דיך דערצעהלען.
- ט ווער פון די אלע ווייס ניט אז די האנד פון גאט האט דאס געמאכט?
- י אז אין זיין האנד ליגט די זעעל פון אלצדינג וואס לעבט, און דער לעבענסהויך פון איטליכען מענשענ'ס לייב?
- יא דאם אויער קען דאך ווערטער אונטערשיידען, ווי דער גומען - די שפייז וואס איהם שמעקט.
- יב ביי די אלטע איז קלוגהייט פאראנען, און לאנג-לעבען הייסט פארנונפטיגקייט.
- יג ביי איהם איז קלוגהייט און שטארקייט, ביי איהם איז ראטה און פארנונפטיגקייט.
- יד ער צושטערט און עס קען מעהר ניט אויפגעבויט ווערען, ער שליסט א מענשען איין און עם קען ניט געעפענט ווערען.
- טו ער האלט צוריק די וואסערען און זיי ווערען אויסגעטריקענט, ער שיקט זיי ארויס און זיי קעהרען אום די ערד.
- טז ביי איהם זיינען מאכט און קלוגהייט, זיינע זיינען אי דער פארפיהרטער אי דער פארפיהרער.
- יז ער פארווירט די ראטהגעבער און צודולט די ריכטער.
- יח ער מאכט לויז דעם באנד פון די קיניגען און קניפט א גארטעל ארום זייערע לענדען.
- יט ער פיהרט די פּריסטער ארום צומישטע און ער פארדרעהט די מעכטיגע.
- כ ער טהוט אפּ די שפּראך פון די רעדנערס, און דעם פארשטאנד פון די אלטע נעהמט ער אוועק.
- כא ער גיסט אויס פאראכטונג אויף מאגנאטען, און דעם גארטעל פון די שטארקע מאכט ער לויז.
- כב ער דעקט אויף טיעפע זאכען פון דער פינסטערניס, ער ברענגט ארויס אין ליכט דעם שאטען פון דעם טוידט.
- כג ער מאכט די פעלקער גרויס און ברענגט זיי אום, ער שפּרייט אויס די נאציאנען און פיהרט זיי אוועק.
- כד ער נעהמט אוועק דעם זינען ביי די פארשטעהער פון דעם פאלק פון לאנד, און פארפיהרט זיי אין א וויסטע וואו ס'איז קיין וועג ניטא.
- כה זיי טאפּען אין דער פינסטערניס אהן ליכט, און ער לאזט זיי בלאנדזשען ווי א באטרונקענער.