לדלג לתוכן

טייטש יהואש איוב פרק ח

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב ח)


א און געענטפערט האט בלדד דער שוחי און האט געזאגט:
ב ווי לאנג נאך וועםטו ריידען די דאזיגע (רייד), און ווי א שטארקער ווינד (וועלען זיין) די ווערטער פון דיין מויל?
ג וועט דען גאט פארדרעהען דאס אורטהייל? וועט דען דער אלמעכטיגער פארקרימען די גערעכטיגקייט?
ד ווייל דיינע קינדער האבען געזינדיגט קעגען איהם, האט ער זיי אוועקגעשיקט צוליעב זייער פארברעך.
ה אויב דו וועסט אויפזוכען גאט און וועסט פאר דעם אלמעכטיגען זיך בעטען,
ו אויב דו ביסט ריין און עהרליך, דאן וועט ער וואכען איבער דיר און ער וועט ווידער גאנץ מאכען דיין פרומע וואוהנונג.
ז און דיין אנהויב וועט זיין קליין (אין פערגלייך), דען דיין ענד וועט זיין זעהר גרויס.
ח פרעג זיך נאך כיי א פריהערדיגען דור, לעג צו (דיין זינען) צו די אויספארשונג פון זייערע עלטערען.
ט דען מיר זיינען פון נעכטען בלויז און מיר ווייסען ניט. אונזערע טעג אויף דער ערד זיינען ווי א שאטען נאר.
י אט זיי וועלען דיר לערנען; זיי וועלען דיר זאגען און פון זייער הערצען וועלען זיי ווערטער ארויברינגען.
יא וועט דען דער וואסער-ראהר זיך אויפהויבען וואו ס׳איז קיין זומפ ניטא? וועט דען די לאנקע וואקסען און וואסער?
יב זי איז נאך אין איהר גרינקייט און נאך ניט ארונטערגעהאקט און דאך ווערט זי פארוועלקט איידער אלע אנדערע גראזען.
יג אזוי זיינען די וועגען פון די וועלכע פארגעםען אן גאט, און די האפענונג פון דעם פאלשען וועט אונטערגעהן.
יד זיין ערווארטונג ווערט אפגעשניטען און זיין זיכערקייט - אזוי ווי שפינוועבס
טו ער לעהנט זיך אן זיין הויז אבער ער שטעהט ניט איין, האלט זיך אן, אן איהם, אבער עס קען זיך ניט אויפהאלטען.
טז זאפטיג שטעהט ער פאר דער זונן און די יונגע צווייגען זיינע שפרייטען זיך איבערן גארטען.
יז זיינע ווארצלען פלעכטען זיך נעבען וואסער און מיט א מויער פון שטיין גרענעצט ער זיך.
יח אבער ווען מע רייסט איהם ארויס פון זיין ארט וועט עס איהם פארלייקענען: איך האב דיך (קיינמאל) ניט געזעהן.
יט אט דאס איז די פרייד פון זיין וועג. און פון דער (זעלביגער) ערד וועלען אנדערע ארויסשפראצען.
כ גאט פאראכטעט ניט דעם אונשולדיגען און שטיצט ניט די האנד פון די וואס טהוען שלעכטס.
כא ער וועט נאך אנפילען דיין מויל מיט געלעכטער און דיינע ליפען - מיט פרייד-געשריי.
כב דיינע פיינד וועלען מיט שאנד זיך באקליידען און דאס געצעלט פון די שלעכטע וועט ניט מעהר זיין.

ביאורי פסוקים