לדלג לתוכן

ביאור:איוב כט

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב כט)


א און איוב האט ווידער אנגעהויבען זיין גערייד און האט געזאגט:
ב א, ווען איך וואלט געווען ווי אין די מאנאטען פון אמאל, ווי אין די טעג, ווען גאט פלעגט וואכען איבער מיך.
ג ווען זיין ליכט פלעגט שיינען אויף מיין קאפ, ווען איך פלעג געהן פאר זיין שיין אין דער פינסטערניס.
ד ווען איך בין געווען אין די טעג פון מיין יוגעגד, ווען די פריינדשאפט פון גאט איז געווען אויף מיין געצעלט.
ה ווען דער אלמעכטיגער איז געוועזען מיט מיר, און ארום מיך (זיינען געוועזען) מיינע באדיענטע.
ו ווען מיינע טריט האבען זיך געבאדען אין מילך, און דער פעלז האט געגאסען פאר מיר בעכען מיט בוימאייל.
ז וווען איך פלעג ארויסגעהן פאר דעם טהויער פון שטאדט, און פלעג אוועקשטעלען אויף דער גאס מיין שטוהל,
ח האבען יונגע לייט מיך געזעהן און זיך באהאלטען, און אלטע לייט האבען זיך אויפגעהויבען און אוועקגעשטעלט.
ט פירשטען האבען צוריקגעהאלטען (זייערע) ווערטער און האבען די הענד ארויפגעלעגט אויף זייער מויל.
י גרויסע לייט האבען זייער שטים בעהאלטען, און זייער צונג האט זיך אנגעקלעפט אן זייער גומען.
יא דאס אויער וואס האט געהערט (פון מיר) האט מיך געלויבט, און דאס אויג וואס האט (מיך) געזעהן האט מיך פאר א מוסטער געמאכט.
יב דען איך פלעג ראטעווען דעם ארעמאן ווען ער האט גערופען, דעם יתום - וואס האט קיין העלפער ניט געהאט.
יג די בענשונג פון דעם אונגליקליכען פלעגט אויף מיך קומען, און דאס הערץ פון דער אלמנה פלעג איך פרעהליך מאכען.
יד איך האב עהרליכקייט אנגעטהאן און זי איז מיין קלייד געווען, ווי א מאנטעל און א קאפ-טוך (פאר מיר) איז געווען מיין גערעכטיגקייט.
טו איך בין געווען אויגען פאר דעם בלינדען, און פיס פאר דעם הינקענדיגען בין איך נעוועזען.
טז איך בין דער פאטער (געווען) פון די נויטהבאדירפטיגע, די קריוודע פון דעם יעניגען וואס איך האב (גאר) ניט געקענט האב איך נאכגעזוכט.
יז און איך האב צובראכען די באקצייהנער פון דעם נידערטרעכטיגען, און פון זיינע צייהנער האב איך ארויסגעריסען דעם רויב.
יח און איך האב נעזאגט: אין מיין נעסט וועל איך שטארבען, און טעג פיעל ווי זאמד וועל איך האבען.
יט מיין ווארצעל וועט זיין אפגעדעקט פארן וואסער, און דער טהוי וועט רוהען אויף מיינע צווייגען.
כ מיין עהרע וועט בלייבען פריש און מיין פיילענבויגען וועט זיך (מיט שטארקייט) באנייען אין מיין האנד.
כא צו מיר האט טען געהארכט און געווארט, און שווייגענדינ געהערט מיין ראטה.
כב נאך מיין ווארט האט מען ניט מעהר גערעדט, מיין ווארט איז געפאלען אויף זיי ווי (טהוי).
כג און ווי אויף א רעגען האבען זיי אויף מיך געווארט, אזוי ווי אויפן שפריי-רעגען האבען זיי אויפגעשפארט זייער מויל.
כד איך פלעג צו זיי א שטייכעל טהאן און זיי פלעגען ניט גלויבען (זייערע אויגען), דעם גלאנץ פון מיין געזיכט פלעגען זיי ניט וואגען צו פארמינדערען.
כה איך פלעג (פאר זיי) אויסקלייבען זייער וועג, איך פלעג זיצען אויבענאן, און פלעג וואוהנען ווי א קיניג צווישען זיין ארמיי, ווי איינער וואט טרייסט די וואס טרויערען.

ביאורי פסוקים