ביאור:איוב כו
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב כו)
- א און איוב האט געענטפערט און האט געזאגט:
- ב מיט וואס האסטו דעם קראפטלאזען געהאלפען, מיט וואס האסטו דעם אהנמעכטיגען ארעם געשטיצט ?
- ג וואס האסטו געראטהען דעם ניט-פארשטעגדיגען? וואו האסטו פיעל קענטעניס אנטפּלעקט?
- ד מיט וועמענ ('ס קראפט) האסטו (דיינע) ווערטער גערעדט און וועמענ'ס גייסט איז פון דיר ארויסגעגאננען?
- ה די טויטע שאטענס שטעהען ווידער אויף פון אונטער די וואסערען און זייערע איינוואוהנער.
- ו נאקעט איז פאר איהם די אונטערערד, דער אפּגרונד האט (פאר איהם) קיין צודעק ניט.
- ז ער בויגט אויס דעם צפון (הימעל) אויף דעם פּוסטען רוים, ער הענגט אויף די ערד אויף גארנישט.
- ח ער בינדט די וואסערען אין זיינע וואלקענס איין, און ס'פּלאצען ניט די כמארעס אונטער זיי.
- ט ער פארהילט די געשטאלט פון זיין טהראן און שפּרייט איבער איהם זיין וואלקען אויס.
- י ער מאכט א צירקעל ארום די וואסערען, ער באפעסטיגט א גרענעץ - צווישען ליכט און פינסטערניס.
- יא די זיילען פון הימעל ווערען צוטרייסעלט און ווערען צוטומעלט פון זיין געשריי.
- יב דעם ים צורודערט ער טיט זיין קראפט און טיט זיין פארשטאנד צוקלאפּט ער (זיין) שטאלץ,
- יג פון זיין הויך ווערט דער הימעל אויסגעלייטערט, זיין האנד האט בעשאפען די רינגעלדיגע שלאנג.
- יד און דאס זיינען בלויז א טהייל פון זיינע וועגען! ווי שוואך איז דער מורמעל וועלכען מיר פארנעהמען פון איהם! דעם דונער פון זיינע מעכטיגע טהאטען ווער קען פארשטעהן?