ביאור:איוב כא
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב כא)
- א און איוב האט געענטפערט און האט געזאגט:
- ב אָ הערט מיין ווארט און זאל דאס זיין די טרייסטונג אייערע (וואס איהר זאלט מיר געבען).
- ג האט געדולד מיט מיר און איך וועל ריידען, און נאך מיין ריידען וועט איהר מאכען שפּאס.
- ד האב איך דען קעגען א מענשען א קלאגע? - ווארום זאל מיין געדולד ניט פּלאצען?
- ה קעהרט זיך צו מיר און ווערט ערשטוינט, לעגט ארויף די האנד צום מויל.
- ו ווען איך דערמאן זיך ווער איך דערשראקען, א ציטערניס נעהמט אן מיין פלייש.
- ז ווארום לעבען די וואס טהוען שלעכטס, זיי עלטערען זיך און ווערען רייך?
- ח זייערע קינדער שטעהען נעבען זיי, זייערע שפּראצוננען (זיינען) פאר זייערע אויגען.
- ט זייערע הייזער זיינען זיכער פון שרעקען, און די רוטה פון גאט (פאלט) ניט אויף זיי.
- א זיין אקס באפרוכפּערט און פארפעהלט ניט, זיין קוה קעלבט זיך און פארווארפט ניט.
- יא זיי שיקען זייער יונגווארג ארויס ווי די לעמער, זייערע קינדערלעך שפּרינגען (לוסטיג) ארום.
- יב זיי נעהמען פּויק און הארף, און מאכען זיך לוסטיג צו דעם קלאנג פון דער פלייט.
- יג זיי פארברענגען זייערע טעג אין וואוהלטאג און אין א רגע (אן לאנגע מאטערניס) געהען זיי אין גרוב אריין.
- יד און זיי זאגען צו גאט: קעהר זיך אפּ פון אונז, מיד ווילען ניט די קעגנטעניס פון דיינע וועגען.
- טו ווער איז דער אלמעכטיגער, מיר זאלען איהם דיענען? וואס פאר א נוץ וועלען מיר האבען ווען מיר וועלען בעטען צו איהם?
- טז אבער ניט אין זייער האנד איז זייער גליק, די געדאנקען פון די פארדארבענע איז ווייט פון מיר.
- יז ווי אפט ווערט דאס ליכט פון די שלעכטע אויסגעלאשען און עס קומט אויף זיי זייער בראך, און וועה טאגען טהיילט ער (גאט) זיי אין זיין צארען איין.
- יח זיי ווערען אזוי ווי שטרוי פארן ווינד, אזוי ווי שפּריי וואס דער שטורעם האט איהם צוגעכאפּט.
- יט גאט באהאלט זיין אונגערעכטיגקייט פאר זיינע קינדער, ער וועט איהם (אויך) באצאהלען און ער וועט עס וויסען.
- כ זיינע אויגען וועלען צוזעהן זיין אוגטערגאנג, פון דעם אלמעכטיגענ'ס צארען וועט ער טרינקען.
- כא וואס פאר א נוץ האט ער פון זיין הויז (וואס ער לאזט) נאך זיך ווען די צאהל פון זיינע מאנאטען זיינען באשטימט געווארען?
- כב קען (עמיצער) לערנען קענטעניס צו גאט, וועלכער אורטהיילט די העכסטע?
- כג דער שטארבט אין זיין פולער שטארקייט, רוהיג און זארגלאז;
- כד זיינע געפעסען זיינען פול מיט מילך, און זאפטיג איז די מארך פון זיינע ביינער.
- כה און דער שטארבט מיט א פארביטערטע זעעל און האט קיין גוטס ניט געגאסען.
- כו צוזאמען ליגען זיי אין שטויב און דער ווארעם דעקט זיי צו.
- כז איך ווייס דאך אייערע געדאנקען און די פּלענער וואס איהר מאכט אום מיך צו אונטערדריקען.
- כח איהר זאגט: וואו איז דאס הויז פון דעם מאגנאט? וואו איז דאס געצעלט אין וועלכען דער פארדאדבענער מעגש האט געוואוהנט?
- כט האט איהר דען ניט געפרעגט ביי די דורכפאהרער? זייערע באווייזען קענט איהר ניט פארלייקענען.
- ל פאר דעם טאג פון אונגליק ווערט דער שלעכטער געהאלטען, זיי ווערען געפיהרט צר דעם טאג פון צארען.
- לא ווער וועט איהם אבער אין געזיכט פארווארפען זיין אויפפיהרונג? און ווער וועט איהם באצאהלען וואס ער האט געטהאן?
- לב ער וועט צום קבר געבראכט ווערען, אין זיין ערד-הויפען וועט ער ליגען.
- לג זיס זיינען איהם די שטיקער ערד פון טהאל. נאך איהם וועלען אלע מענשען קומען, און פאר איהם (זיינען שוין געקומען) אהן א צאהל.
- לד וואס טרייסט איהר מיך דען (מיט) גאר נישט? און אייערע ענטפערען זיינען בלויז באטרוג.