טייטש יהואש איוב פרק ב

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב ב)


א און עס איז געקומען דער טאג ווען די קינדער פון גאט זיינען געקומען זיך צו שטעלען פאר גאט, און דער שטן איז אויך געקומען צווישען זיי, זיך שטעלען פאר גאט.
ב און גאט האט געזאגט צו דעם שטן: פון וואנען קומסטו? און דער שטן האט געענטפערט גאט און האט געזאגט: פון שוועבּען אויף דער ערד און פון וואנדערען איבּער איהר.
ג און גאט האט געזאגט צו דעם שטן: האסטו געלייגט דיין אויפמערקזאמקייט אויף מיין קנעכט איוב'ן? דען עס איז ניטא אויף דער ערד א מאן אזוי ווי ער, ריין און עהרליך און גאטספארכטיג און אפּגעקעהרט פון שלעכטס. און ער האלט זיך נאך אלץ אָן זיין פרומקייט, און דו האסט מיך אנגעהעצט איהם צו פערניכטען אומזיסט.
ד און דער שטן האט געענטפערט גאט און האט געזאגט: הויט פאר הויט, און אלץ וואס א מענש פארמאגט וועט ער אוועקגעבען פאר זיין לעבּען.
ה אבּער שטרעק נאר אויס דיין האנד און ריהר אן זיין קערפּער און זיין פלייש, אויבּ ער וועט דיך ניט לעסטערען אין דיין געזיכט אריין.
ו און גאט האט געזאגט צום שטן: אט איז ער אין דיין האנט נאר היט זיין לעבען.
ז און דער שטן איז אוועקגעגאנגען פון גאט'ס געזיכט און ער האט איוב'ן געפּלאגט מיט שלעכטע קרעץ פון דער זויל פון זיין פוס ביז דעם שפּיץ פון זיין קאפּ.
ח און ער האט זיך גענומען א שערבעל אום זיך צו קראצען דערמיט און ער איז געזעסען אין אש.
ט און זיין ווייב האט צו איהם געזאגט: האלסט זיך נאך אלץ אָן דיין פרומקייט? פלוך גאט און שטארב.
י און ער האט צו איהר געזאגט: אזוי ווי איינע פון די נידערטרעכטיגע רעדסט דו. דאס גוטע זאלען מיר יא צונעהמען פון גאט, און דאס שלעכטע זאלען מיר ניט צונעהמען ? און איוב האט אלץ ניט געזינדיגט מיט זיינע ליפּען.
יא און עס האבּען געהערט די דריי גוטע פריינד איוב'ס פון דעם אומגליק וואס איז אויף איהם געקומען, און זיי זיינען געקומען יעדער איינער פון זיין ארט, אליפז דער תימני, בלדד דער שוחי, און צופר דער נעמתי, און זיי האבּען זיך צונויפגעקליבּען צו געהן אום איהם צו באדויערען און איהם צו טרייסטען.
יב און זיי האבּען אויפגעהויבּען זייערע אויגען פון דער ווייטען און זיי האבּען איהם ניט דערקענט, און זיי האבּען אויפגעהויבּען זייערע שטימען און האבּען געוויינט און איטליכער פון זיי האט איינגעריסען זיין מאנטעל און זיי האבּען געווארפען אש אויף זייערע קעפּ קעגען הימעל.
יג און זיי זיינען מיט איהם געזעסען אויף דער ערד זיבּען טעג און זיבּען נעכט, קיינער ניט ריידענדיג א ווארט צו איהם, דען זיי האבּען געזעהן אז דער וועהטאג איז זעהר גרויס.

ביאורי פסוקים