לדלג לתוכן

טייטש יהואש יהושע פרק א

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

יהושע פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד       (אנדערע ווערסיעס פון יהושע א)


א און עס איז געווען נאָך דעם טויט פון משה דעם קנעכט פון גאָט, האָט גאָט געזאָגט צו יהושע דעם זון פון נון, דעם באַדינער פון משהן, אזוי צו זאָגן: ב משה מיין קנעכט איז געשטאָרבּן; און אצונד שטיי אויף, און גיי אריבּער דעמדאזיקן ירדן, דו און דאס דאָזיקע גאַנצע פאָלק, צו דעם לאַנד וואָס איך גיבּ זיי – די קינדער פון ישראל. ג יעטוועדער אָרט וואָס אייער פוסטריט וועט דערויף טרעטן, האָב איך אַייך אים געגעבּן, אזוי ווי איך האָב גערעדט צו משהן. ד פון דעם מדבר, און דעמדאָזיקן לבנון, און בּיזן גרויסן טייך, דעם טייך פְּרָת, דאָס גאַנצע לאַנד פון די חִתִּים, און בּיזן ים הגדול, צו זונאונטערגאַנג, וועט זיין אייער געמאַרק. ה קיינער וועט נישט בּאַשטיין פאַר דיר אַלע טעג פון דיין לעבּן; אזוי ווי איך בּין געווען מיט משהן, וועל איך זיין מיט דיר; איך וועל דיך נישט אָפּלאָזן און דיך נישט פאַרלאָזן. ו זיי שטאַרק און פעסט, וואָרום דו וועסט דאָסדאָזיקע פאָלק מאַכַן אַרבּן דאָס לאַנד וואָס איך האבּ גשוואָרן זייערע עלטערן זיי צו געבּן. ז נאָר זיי זייער שטאַרק און פעסט צו היטן צו טאָן אזוי ווי די דאָזיקע גאַנצע תּוֹרָה וואָס משה מיין קנעכט האָט דיר באַפוילן; זאָלסטו דערפון נישט אָפּקערן רעכטס אָדער לינקס, כּדי זאָלסטו בּאַגליקן אומעטום אַוואו דו וועסט גיין. ח דאָס דאָזיקע בּוך פון דער תּורה זאל זיך נישט אָפּטאן פון דיין מויל, און זאָלסט טראַכטן דערפון טאָג און נאַכט, כדי זאָלסט היטן צו טאָן אזוי ווי אַלץ וואָס שטייט געשריבּן דערין; ווארום דענסמאָל וועסטו מצליח זיין אין דיינע וועגן, און דענסמאָל וועסטו באַגליקן. ט פאַרוואָר, איך זאָג דער אָן: זיי שטאַרק און פעסט, זאָלסט נישט פאָרכטן און נישט אַנגסטן, וואָרום יהוה דיין גאָט איז מיט דער אומעטום אַוואו דו וועסט גיין.

י האָט יהושע באַפוילן די אויפזעער פון פאָלק, אזוי צו זאָגן: יא גייט דורך אין לאַגער, און באַפעלט דעם פאָלק, אזוי צו זאָגן: גרייט אייך אָן צערונג, וואָרום אין דריי טעג ארום גייט איר אריבּער דעמדאָזיקן ירדן, צו קומען ארבּן דאָס לאַנד וואָס יהוה אייער גאָט גיט אייך, עס צו ארבּן. יב און די רְאוּבֵנִים, און די גָדִים, און צום האַלבּן שבט מנשה, האָט יהושע געזאָגט, אזוי צו זאָגן: יג געדענט די זאַך וואָס משה דער קנעכט פון גאָט האָט אייך באַפוילן, אזוי צו זאָגן: יהוה אייער גאָט באַרוט אייך, און וועט אייך געבּן דאָסדאָזיקע לאַנד. יד זאָלן אייערע ווייבּער, אייערע קליינע קינדער, און אייערע פי, בּלייבּן אין דעם לאַנד וואָס משה האָט אייך געגעבּן אויף דער זייט ירדן, און איר, אַלע העלדישע גבּורים, זאָלט אריבערגיין באַוואָפענע פאַרויס פאַר אייערע בּרידער, און זיי העלפן. טו ביז וואַנען גאָט וועט באַרוען אייער בּרידער אזוי ווי אייך, און אויך זיי וועלן ארבּן דאָס לאַנד וואָס יהוה אייער גאָט גיט זיי. דענסמאָל וועט איר זיך אומקערן צו דעם לאַנד פון אייער ארבּונג, און וועט עס ארבּן – וואָס משה דער קנעכט פון גאָט האָט אייך געגעבּן אויף דער זייט פון ירדן, צו זונאויפגאַנג.

טז האָבן זיי געענפערט יהושען, אַזוי צו זאָגן: אַלץ וואָס דו האָסט אונדז באַפוילן, וועלן מיר טאָן, און אומעטום אַוואו דו וועסט אונדז שיקן, וועלן מיר גיין. יז גענוי ווי מיר האָבן צוגעהערט צו משהן, אַזוי וועלן מיר צוהערן צו דיר; זאָל נאָר יהוה דיין גאָט זיין מיט דיר, אַזוי ווי ער איז געווען מיט משהן. יח איטלעכער מאַן וואָס וועט ווידערשפּעניקן דיין מויל, און וועט נישט צוהערן דיינע ווערטער, לויט אַלץ וואָס דו וועסט אים באַפעלן, זאָל געטייט ווערן; נאָר זיי שטאַרק און פעסט.

ביאורי פסוקים