ביאור:איוב כד

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

איוב פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב (אנדערע ווערסיעס פון איוב כד)


א ווארום זיינען פאר דעם אלמעכטיגען די צייטען ניט פארבארגען, און די וואס קענען איהם האבען זיינע טעג ניט געזעהן?
ב זיי (די שלעכטע) פאררוקען די גרענעצען, זיי רויבען א סטאדע און פיטערען זי.
ג דעם עזעל פון די יתומים פיהרען זיי אוועק, און נעהמען אלס משכון דעם אקס פון די אלמנה.
ד זיי פאריאגען די נויטהבאדירפטיגע פון דעם וועג, די ארעמע פון דער וועלט באהאלטען זיך צוזאמען.
ה אזוי ווי ווילדע עזלען אין דער וויסטע געהען זיי ארויס צו זייער ארבייט, אין פריהען מארגען שטעהען זיי אויף צו זייער רויב, די סטעפּע שטעלט צו שפּייז פאר זיי און זייער יונגווארג.
ו אין פעלד שניידען זיי (די ארעמע) זיין תּבואה, דעם וויינגארטען פון דעם פארדארבענעם קלייבען זיי ארונטער.
ז נאקעט נעכטיגען זיי איבער, אהן א קלייד, אהן א צודעק אין דער קעלט.
ח פון דעם בארג-רענען ווערען זיי דורכגענעצט און אהן באשיצונג טוליען זיי זיך צום פעלז.
ט זיי (די פארדארבענע) רויבען דעם יתום אוועק פון דער ברוסט, פון דעם ארעמען דאס קלייד נעהמען זיי אלס א משכון צו.
י און זיי (די ארעמע) געהען נאקעט אהן א קליידונג, און הונגעריגערהייד שלעפּען זיי דעם גארב.
יא צווישען זייערע מויערען מאכען זיי אייל, זיי טרעטען דעם וויין-קעלטער און זיינען (אליין) דורשטיג.
יב פון אנגסט קרעכצען די מענשען, די זעעלע פון די טויטליך-פארוואונדעטע שרייט ארויס און גאט האלט עס ניט פאר קיין לעסטערוגג.
יג זיי זיינען די יעניגע וועלכע ווידערשפּעניגען קעגען דער ליכטיגקייט, זיי אנערקענען ניט זיינע (גאט'ס) וועגען, זיי האלטען זיך ניט אויף זיינע שטעגען.
יד אין העלען טאג שטעהט אויף דער מערדער און טויט דעם ארעמען, און ביי נאכט פארשטעלט ער זיך ווי א גנב.
טו און דאס אויג פון דעם אויסגעלאסענעם ווארט אויף די דונקעלהייט, זאגענדיג: "קיין אויג וועט מיך ניט אנקוקען", און ער טהוט אן א מאסקע אויף זיין געזיכט.
טז זיי גראבען אונטער אין דער פינסטער די הייזער וועלכע זיי האבען ביי טאג זיך אנגעצייכענט, זיי ווייסען גיט פון ליכט.
יז דען דער מארגען פאר זיי איז אויך גאר דער שאטען פונעם טויט; זיי זיינען באקאנט מיט די שרעקעניסען פון דעם שאטען פון טויט.
יח פלינק זיינען זיי אויפן וואסער. זייער שטיק לאנד ווערט פארפלוכט אויף דער ערד. זיי ווענדען זיך ניט צו דעם וועג (וואס פיהרט) דורך די וויינגערטנער.
יט טריקעניס און היץ רויבען אוועק די וואסערען פון שניי, אזוי (רויבט) די גרוב די וועלכע האבען געזינדיגט.
כ די געבערמוטער (וואס האט איהם געבארען) וועט אן איהם פארגעסען, מיט געשמאק וועט איהם דער ווארעם עסען, ער וועט ניט מעהר דערמאנט ווערען. אזוי ווי א בוים וועט צובראכען ווערען די אונגערעכטיגקייט.
כא ער יאגט זיך נאך דער בעזדעטניצע וועלכע געבערט ניט און בעהאנדעלט די אלמנה ניט גוט.
כב ער שלעפּט די שטארקע ארונטער מיט זיין קראפט, ער שטעלט זיך אויף און (קיינער) איז ניט זיכער מיט זיין לעבען.
כג ער (גאט) לאזט איהם זיין אין זיכערהייט, ער זאל זיך קענען פעסט אנשפּארען, אבער זיינע אויגען (האלט ער) אויף זיינע וועגען.
כד זיי ווערען דערהויכט אויף א קורצע וויילע און אט זיינען זיי ניט מעהר דא; זיי ווערען ארונטערגעקלאפּט, ווי אלע (אנדערע) ווערען זיי איינגעזאמעלט, און ווי דער שפּיץ פון זאנג ווערען זיי אפּגעשניטען.
כה איז עס ניט אזוי? ווער קען מיך אפּלייקעגען? ווער קען מאכען מיין ווארט צו גארנישט?

ביאורי פסוקים