פרשת בשלח
א. [1] האט גאט גערעדט צו משה אזוי צו זאגן:
ב. רעד צו דער ישראל, און זיי זאלן זיך אומקערן (אויף דעם וועג וואס מען גייט צו מצרים), און זיי זאלן רוען פאר (דעם ארט וואס הייסט) פי החירות, צווישן דעם ארט מגדול, און צווישן דעם ים. פאר (די עבודת כוכבים וואס זי הייסט) בעל צפון, אקעגן דער עבודת כוכבים זאלט איר רוען ביי דעם ים.
ג. און פרעה וועט זאגן אויף דער ישראל, זיי זענען פאראירט[2] און בלאנזעט (= באלנדזשעט) אין לאנד, עס האט פארשלאסן פאר זיי דעם מדבר, (און זיי ווייסן נישט ווי אריינצוגיין אין דעם מדבר, און ווי הין צו גיין).
ד. און איך וועל שטארקן דאס הארץ פון פרעה, און ער וועט נאכיאגן זיי, און איך וועל געערלעכט ווערן[3] ביי פרעה און גאר זיין חיל, און די מצריים וועלן וויסן אז איך בין א גאט. האבן די ישראל אזוי געטאן, (און האבן זיך אומגעקערט נאך מצרים).
ה. איז געזאגט געווארן צו דער מלכות פון מצרים, אז דאס פאלק ישראל זענען אנטלאפן געווארן, (זיי ווילן זיך שוין נישט אומקערן), און עס איז פארקערט געווארן דאס הארץ פון פרעה, און פון זיינע קנעכט צום פאלק ישראל, און זיי האבן געזאגט: וואס האבן מיר געטאן, וואס מיר האבן אוועקגעשיקט די ישראל פון צו ארבעטן אונז.
ו. האט פרעה אליין איינגעשפּאנט זיין רייטוואגן. און זיין פאלק האט ער איינגענומען (מיט גוטע רייד) מיט אים.
ז. האט ער גענומען זעסט הונדערט רייטוועגן (= רייטוועגענער) אויסגעקליבענע, און אלע רייטוועגן פון מצרים, און עלצטע איבער אלע.
ח. האט גאט געשטארקט דאס הארץ פון פרעה מלך מצרים, און ער האט נאכגעיאגט נאך די קינדער ישראל. (זאגט דער פסוק:) און די קינדער ישראל זענען ארויסגעגאנגען מיט א הויכער שטארקייט.
ט. און די מצריים האבן זיך נאכגעיאגט, און האבן זיי געגרייכט ווען זיי האבן גערוט ביי דעם ים, אלע פעדר פון די רייטוועגן (= רייטוועגענער) פון פרעה און זיינע רייטער און זיין חיל. קעגן דעם ארט (וואס הייסט) פי החירות, פאר (דעם עבודת כוכבים וואס הייסט) בעל צפון.
י. און פרעה האט זיך געשטאקט פריער צו גיין (פאר זיין פאלק, אזוי ווי ער האט מיט זיי א תנאי גענומען), האבן די ישראל אויפגעהויבן זייערע אויגן, האבן זיי געזען די מצריים ציט (=פארט) נאך זיי, האבן די ישראל זיך זייער געפארכטן, האבן די ישראל געשריגן צו גאט.
יא. און זיי האבן געזאגט צו משה: אויב פון וועגן דעם ווייל קיין קברים איז נישט פארהאנדן אין מצרים, האסטו אונז גענומען פון דארטן, מיר זאלן שטארבן אין דעם מדבר, וואס האסטו אונז געטאן, אויסצוציען (= אוריסצוציען, ארויסצונעמען) אונז פון מצרים.
יב. פארוואר דאס איז די זאך (און די רייד) וואס מיר האבן גערעדט צו דיר אין מצרים צו זאגן: פארמייד נישט[4] פון אונז און מיר וועלן דינען די מצריים, ווארום (= ווייל) עס איז בעסער צו אונז צו דינען די מצריים, איידער מיר זאלן שטארבן אין דעם מדבר.
יג. האט משה געזאגט צום פאלק ישראל: איר זאלט זיך נישט פארכטן, שטעלט אייך און זעט די הילף פון גאט וואס ער וועט אייך היינט טאן, ווארום דאס וואס איר זעט די מצריים, (דאס זעט איר זיי נאר) היינט, איר וועט שוין נישט מערן זיי צו זען ביז אייביק.
יד. גאט וועט מיט זיי מלחמה האלטן פון אייערטוועגן, און איר זאלט שווייגן. (און משה האט געשוויגן און האט תפילה געטאן צו גאט). (פ)
טו. האט גאט געזאגט צו משה: וואס שריייסטו צו מיר, (היינט איז נישט די צייט מען זאל מאריך בתפילה זיין, ווארום די ישראל זענען אין א צרה), רעד צו די קינדער ישראל און זיי זאלן ציען (= פארן).
טז. און דו משה הייב אויף דיין שטעקן, און נייג דיין האנט אויף דעם ים און שפּאלט אים, אן די קינדער ישראל זאלן קומען אין מיטן ים אין דעם טרוקעניש.
יז. און (איך גאט), איך וועל שטארקן דאס הארץ פון די מצריים, און זיי וועלן נאכיאגן די ישראל, (און זיי וועלן קומען נאך זיי אין ים), און איך וועל געערלעכט ווערן[5] אין פרעה, און אין גאר זיין חיל, און זיינע רייטוועגן (= רייטוועגענער), און אין זיינע רייטער.
יח. און די מצריים וועלן וויסן אז איך בין גאט, אז איך וועל זיין געערלעכט (= באערט, געשעצט[6]) אין פרעה, און זיינע רייטוועגן און אין זיינע רייטער.
יט. דער מלאך פון גאט דער וואס איז ביז אהער געגאנגען פאר דער מחנה פון די יידן, האט ער געצויגן (= געפארן), און איז (היינט (= יעצט) געגאנגען הינטער דער ישראל, (כדי ער זאל א צוויישנשייד מאכן, צווישן דעם מחנה פון דער ישראל און דעם מחנה פון מצרים), און דער עמוד ענן האט געצויגן פון פאר זיי, און ער האט זעך געשטעלט הינטער זיי.
כ. און דער עמוד ענן איז געקומען צווישן דעם מחנה מצרים און צווישן דעם מחנה ישראל, און עס איז געווען דער וואלקן און דאס פינצטערניש (צו די מצריים, און (דער עמוד אש) האט געלייכט (= געלויכטן) א גאנצע נאכט (צו דער ישראל), און אמחנה צו דעם אנדערן האט נישט גענענט א גאנצע נאכט.
כא. און משה האט גענייט זיין האנט אויף דעם ים, האט גאט געפירט דעם ים מיט א שטארקן ווינט פון מזרח א גאנצע נאכט, און ער האט געטאן דעם ים צו טרוקענען, און דאס וואסער פון דער גאנצער וועלט צעשפּאלטן געווארן.
כב. זענען געקומען די קינדער ישראל אין מיטן ים אין דעם טריקעניש, און דאס וואסער פון דעם ים איז געווען צו זיי ווי א מויער פון זייער רעכטער זייט, און פון זייער לינקער זייט.
כג. און די מצריים האבן נאכגעיאגט די ישראל, און די מצריים זענען געקומען נאך זיי (נאך די ישראל), אלע פערד פון פרעה, זיין רייטוואגן, און זיינע רייטער. (האבן אלע נאכגיאגט די ישראל און זענען געקומען) אין מיטן דעם ים.
כד. און עס איז געווארן נאנט צו טאג, האט גאט געקוקט צו פארדארבן דעם מחנה פון מצרים מיט דעם פייערדיקן זייל און מיט א וואלקן, און גאט האט פארטומלט דעם מחנה פון מצרים.
כה. און גאט האט אפּגעטאן (= אראפּגענומען) די רעדער פון זיינע רייטוועגן (= רייטוועגענער), און גאט האט געמאכט פירן די מצריים מיט שווערקייט, האבן די מצריים געזאגט: לאמיר אנטלויפן פאר דער ישראל, ווארום גאט האלט פאר זיי מלחמה מיט די מצריים. (פ)
כו. האט גאט געזאגט צו משה: נייג דיין האנט אויף דעם ים, און דאס וואסער זאל זיך ווידערקערן אויף די מצריים, און זאלן באדעקן די מצריים און די רייטוועגן מיט די רייטער.
כז. האט משה גענייגט זיין האנט אויף דעם ים, האט זיך דעם ים ווידערגעקערט צו קעגן פרימאגן[7] צו זיין שטארקייט, אזוי ווי ער איז פריער געווען איידער ער האט זיך געשפּאלטן, און די מצריים זענען געלאפן אקעגן אים, (ווארום מחמת זיי זענען געווען פארטומלט, זענען זיי געלאפן אקעגן דעם וואסער), און גאט האט אויסגעמישט די מצריים אין מיטן דעם ים.
כח. און זיי האבן ווידערגערערט דאס וואסער, און זיי האבן געדעקט די רייטוועגן, און די רייטער, צו גאר דעם חיל פון פרעה וואס זענען געקומען נאך דער ישראל אין ים אריין, עס איז נישט געבליבן פון זיי אפילו איינער.
כט. און די קינדער ישראל זענען געגאנגען אין דעם טרוקעניש אין מיטן דעם ים, און דאס וואסער איז געווען צו דער ישראל אזוי ווי א מויער פון זייער רעכטער זייט, און פון זייער לינקער זייט.
ל. און גאט האט געהאלפן אין דעם טאג די ישראל פון דער האנט פון די מצריים, און די ישראל האבן געזען די מצריים טויט אויף דעם ברעג ים.
לא. און די ישראל האבן געזען די גרויסע גבורה וואס גאט האט (דורך זיין האנט געטאן אויף) די מצריים, האט דאס פאלק ישראל זיך געפארכן פאר גאט. און זיי האבן געגלייבט אין גאט און אין דער נבואה פון משה זיין קנעכט. (פ)
|