פרשת בא
א. [1] האט גאט געזאגט צו משה און צו אהרן אין לאנד מצרים: ער זאל זאגן (צו די ישראל).
ב. דער חודש ניסן זאל צו אייך דער עלטצער פון די חדשים, ער זאל צו אייך זיין דער ערשטער צו אלע חדשים פון דעם יאר.
ג. (איר משה מיט אהרן) רעדט צו גאר דער עדה ישראל אזוי צו זאגן: אז עס וועט קומען דעם צענטן טאג אין חודש ניסן, זאלן זיי נעמען א מענטש א לעמל צו איין משפחה, (און אז אין דער משפחה איז פארהאנדן פילמענטשן און דאס לעמעלע וועט ווייניק זיין פון זייערטוועגן, זאלן זיי נעמען) א לעמעלע צו איין הויזגעזינד.
ד.און אז דאס הויזגעזינד וועט ווייניק זיין פון צו זיין פון איין לעמעלע, (אז דאס לעמעלע איז פאר זיי צו פיל, זיי וועלן נישט קאנען אויפעסן אין גאנצן), זאל ער מיט זיין שכן וואס וואוינט נאנט נעבן זיין הויז, (ביידע בשותפות נעמען א לעמעלע) אין צאל פון נפשות. א מענטש נאך זיין עסן נאך, זאלט איר ציילן אויף דעם לעמעלע, (אבער די וואס קאנען נישט עסן, היינו א קראנקער אדער אן אלטערמאן, זאלן קיין חלק נישט האבן אין דעם לעמעלע).
ה. אן לעמעלע גאנץ (אן א מום) א זכר (און נישט א נקבה), וואס עס איז אלט א יאר, זאל דאס צו אייך זיין. פון דער שאף, אדער פון די ציגן, זאלט איר נעמען.
ו. און דאס לעמעלע זא זיין צו אייך צו א היטונג ביז דעם פערצנטן טאג אין דעם חודש ניסן, און זיי זאלן אים שעכטן דאס גאנצע איינזאמלונג פון דער עדה ישראל, צווישן די אוונטן. (דעם פערצנטן טאג, נאך א האלב טאג).
ז. און (די ישראל) זאלן נעמען פון דעם בלוט פון דעם לעמל, און זיי זאלן געבן (באשמירן) אויף די צוויי ביישטידלעך, און אויף דעם אייבערשטן ביישטידל, אויף די הייזער וואס זיי וועלן עסן אין זיי דאס לעמעלע.
ח. און זיי זאלן עסן דאס פלייש אין דער נאכט (וואס נאך דעם פערצנטן טאג, דאס פלייש זאל זיין) געבראטן אויף פייער מיט מצות, און מיט ביטערע קרייטעכצער זאלן זיי עסן דאס פלייש.
ט. איר זאלט נישט עסן פון אים האלב געבראטן און נישט געקאכט, נייערט (= נאר) עס זאל זיין געבראטן אויף פייער, זיין קאפּ מיט זיינע קניען, און מיט זיין אינעווייניקסטע זאכן, (זאל אלץ זיין געבראטן).
י. און איר זאלט פון אים נישט לאזן ביז מארגן, און דאס וואס וועט בלייבן פון אים ביז מארגן, זאלט איר פארברענען אין פייער.
יא. און אזוי זאלט איר אים עסן, אייערע לענדן ארומגעגארטלט, אייערע שיך זאל זיין אויף אייערע פיס, און אייער שטעקן זאלט איר האלטן אין אייערע הענט, (איר זאלט אלע זיין גרייט צו גיין אין וועג אריין), און איר זאלט אים עסן איילנדיק, דער קרבן (ווערט אנגערופן) פסח צו גאט.
יב. און איך גאט וועל איבערפארן[2] אין לאנד מצרים אין דער זעלביקער נאכט, און איך וועל שלאגן אלע בכורים אין לאנד מצרים, פון די בכורים פון מענטשן, ביז די בכורים פון בהמות. (וועל איך אלע הרגענען). און אין אלע אפּגעטער פון מצרים וועל איך טאן משפטים, איך גאט (וועל דאס אליין טאן נישט דורך א שליח).
יג. און דאס בלוט (וואס איר וועט שמירן אויף די ביישטידלעך פון אייערע הייזער), זאל זיין צו אייך א צייכן אויף די הייזער וואס איר וואוינט דארטן, און אז איך וועל זען איר זענט עוסק אין מיינע מצות, וועל איך איבער אייך איבערהיפּערן (בשעת איך וועל שלאגן די בכורים פון מצרים), און עס וועט נישט זיין אין אייך קיין מארד (= עפּידעמיע)[3] צו א פארדארבונג, ווען איך וועל שלאגן (די בכורים) אין דעם לאנד מצרים.
יד. און דער (פינפטן) טאג (אין חודש ניסן), זאל זיין צו אייך צו א געדעכעניש, און דער טאג זאל זיין ביי אייך יום טוב צו גאט צו אייערע דורות, א געזעץ זאלט איר אים מאכן פאר א יום טוב אויף אייביק.
טו. זיבן טאג (פון פופצנטן טאג אין ניסן ביז איין און צוואנציק טאג אין ניסן), זאלט איר עסן מצות, נאר דער ערשטער טאג (וואס פאר די זיבן טעג, דאס איז ערב פסח), זאלט איר אויסראמען דאס חמץ פון אייער הויז, ווארום (= ווייל) דער וואס וועט עסן חמץ (אין די זיבן טעג פסח), וועט פארשניטן ווערן זיין נפש פון דער ישראל. פון דעם ערשטן טאג פסח ביז דעם זיבטן טאג פסח, (טאר מען אלץ חמץ נישט עסן).
טז. און אין דעם ערשטן טאג זאל מען מאכן יום טוב, און אין דעם זיבטן טאג זאל צו אייך זיין יום טוב, קיין שום מלאכה זאל נישט געטאן ווערן אין די טעג. נאר וואס ווערט געגעסן צו אלע מענטשן (אפילו צו א בהמה), דאס אליין מעג געטאן ווערן צו אייך (אין יום טוב).
יז. און איר זאלט היטן דאס טייג וואס איר ווילט דערפון מאכן מצות אויף פסח, (זאל נישט זויער ווערן), ווארום (= ווייל) אין דעם טאג האב איך אויסגעצויען (= ארויסגצויגן) אייערע הערשאפטן פון מצרים, דרום (= דעריבער), זאלט איר היטן דעם טאג, (איר זאלט אין אים קיין מלאכה נישט טאן, און איר זאלט אים מאכן יום טוב) צו אייערע דורות (וואס וועט זיין נאך אייך. זאל דער טאג אויך זיין) א חוק אויף אייביק, (ער זאל זיין א יום טוב).
יח. אין דעם ערשטן חודש (דאס איז ניסן), אין דעם פערצנטן טאג אין חודש, אויף דער נאכט (דאס איז די נאכט וואס געהערט צום פופצנטן טאג), זאלט איר עסן מצות ביז איין און צוואנציק טאג אויף דער נאכט. (ביז דער נאכט וואס געהערט צום צווייי און צוואנציקסטן טאג, טאר מען נישט עסן חמץ).
יט. אין די זיבן טאג זאל נישט געפונען ווערן זויער טייג אין אייערע הייזער, ווארום דער וואס וועט עסן חמץ אין די זיבן טעג, זאל דאס נפש פארשניטן ווערן פון ישראל, (ער איז חייב כרת). סיי א גר אדער א געבארענער ייד, (טאר נישט עסן חמץ אין די זיבן טעג פסח).
כ. קיין שום חמץ טארט איר אין די טעג נישט עסן. אין אלע אייערע וואוינערטער, זאלט איר עסן מצות. (פ)
כא. האט משה גערופן צו די עלצטע פון די ישראל, און האט צו זיי געזאגט: ציט צו אייך און קויפט צו אייך (דער וואס האט נישט זיינס זאל ער קויפן) א שאף צו אייערע משפחות, (צו איטלעכער משפחה זאלט איר נעמען א שאף), און איר זאלט די שאף שעכטן פון א קרבן פסח וועגן, (און איר זאלט ארייננעמען דאס בלוט אין א בעקן).
כב. און איר זאלט נעמען א בינטל (פון דעם גראז וואס ווערט גערופן) אזוב, און איר זאלט איינטונקען דאס אים דעם בלוט וואס אין בעקן, און איר זאלט דערמיט שפּריצן צום אייבערליט (= אייבערשטידל) און צו די צוויי ביישטילעך פון דעם בלוט וואס איז אין בעקן. און איר זאלט נישט ארויסגיין פון אייער שטוב (די נאכט וואס נאך דעם פערצנטן טאג) ביז (דעם פופצנטן טאג) אין דער פרי.
כג. און גאט וועט איבערפארן[4] צו מארדן[5] (= צעשלאגן) די מצריים, און ער וועט זען דאס בלוט אויף דעם אייבערליט (= אייבערשטידל) און אויף די צוויי ביישטילעך, און גאט וועט איבערהיפּערן איבער דער טיר, און ער ווועט נישט לאזן דעם משחית צו קומען אין אייערע הייזער צו מארדן (= צעשלאגן).
כד. און איר זאלט היטן די זאך (וואס איך האב צו אייך געזאגט), עס זאל זיין א חוק צו דיר און צו דיינע קינדער אויף אייביק.
כה. און עס וועט זיין אז איר וועט קומען צו דעם לאנד וואס גאט וועט געבן צו אייך אזוי ווי ער האט גערעדט, (און האט אייך צוגעזאגט), זאלט איר היטן צו מאכן א קרבן פסח.
כו. און עס וועט זיין אז אייערע קינדער וועלן אייך פרעגן: וואס איז דאס וואס איר מאכט קרבן פסח?
כז. זאלט איר זיי ענטפערן: דאס איז א שעכטונג פון א קרבן פסח צו גאט, ווייל גאט האט איבערגעהיפּערט איבער די הייזער פון די קינדער ישראל (בשעת זיי זענען געווען) אין מצרים, אין זיין טאן מארדן (= צעשלאגן) די מצריים, און אונזערע הייזער האט גאט מציל געווען, (מחמת דעם מאכן מיר א קרבן פסח, אזוי האט משה גערעדט צו דער ישראל). האט דאס פאלק ישראל געקניט און זיי האבן זיך געבוקט.
כח. זענען די ישראל געגאנגען און האבן געטאן ווי גאט האט געבאטן צו משה מיט אהרן, אזוי האט משה מיט אהרן אויך געטאן. (ס)
כט. און אז עס איז געווען א האלבע נאכט (וואס נאך דעם פערצנטן טאג), און גאט האט געשלאגן אלע בכורים אין לאנד מצרים, פון דעם בכור וואס אונטער פרעה, דער וואס איז אנגעגרייט נאך אים צו זיצן אויף זיין שטול. ביז דעם בכור פון די געפאנגענע וואס זענען געווען אין דער שטוב וואס דארט איז דער גרוב וואס מען ווארפט אריין די געפאנגענע, זענען זיי אויך געשטארבן, און אלע בכורים פון בהמות (זענען אויך געפּייגערט).
ל. איז פרעה איז אויפגעשטאנען ביי נאכט, ער און אלע זיינע קנעכט און אלע מצריים, און עס איז געווארן א גרויס געשריי אין מצרים, ווארום עס איז נישט געווען א שטוב עס זאל דארט נישט זיין א מת.
לא. האט פרעה גערופן צו משה און אהרן ביי נאכט, האט ער געזאגט צו זיי: שטיי אויף, גייט ארויס פון מיין פאלק, אויך איר אויך די קינדער ישראל, און גייט דינט גאט אזוי ווי איר האט גערעדט.
לב. אויך אייערע שאף, אויך אייערע רינדער נעמט מיט אייך, אזוי ווי איר האט גערעדט, און גייט און זייט פאר מיר מתפלל, (איך זאל נישט שטארבן ווארום (= ווייל) איך בין א בכור).
לג. און די מצריים האבן זיך געשטארקט אויף דעם פאלק, צו איילן אוועקשיקן זיי פון דעם לאנד, ווארום זיי האבן געטראכט (אז די ישראל וועלן נאך פארזאמען אין לאנד), וועלן מיר אלע שטרבן.
לד. האט איטלעכער פון דעם פאלק ישראל געטראגן זיין טייג, איידער עס איז זויער געווארן, (עס האט נישט געיוירן, ווארום די מצריים האבן זיי ארויסגעטריבן פון לאנד מצרים, און האבן נישט געלאזט פארזאמען אז דאס טייג זאל יערן, די מצה מיט מרור) וואס איז געבליבן (פון דעם וואס זיי האבן די נאכט געגעסן) איז געווען איינגעבונדן אין זייערע קליידער, און האבן דאס געטראגן אויף זייערע אקסלן.
לה. און די קינדער ישראל האבן געטאן ווי משה האט זיי גערעדט, (זיי זאלן אנטלייען פון די מצריים כלים און קליידער), און זיי האבן אנטליגן פון די מצריים זילבערנע כלים און גאלדענע כלים און קליידער.
לו. און גאט האט געבעבן די ישראל זאלן האבן חן אין די אויגן פון די מצריים, און האבן זיי אליין געליגן (כאשט אזעלכע זאכן וואס די ישראל האבן זיי נישט געבעטן), און די ישראל האבן אויסגעליידיקט דאס לאנד מצרים. (פ)
לז. און די קינדער ישראל האבן געצויגן (= געפארן) פון דער שטאט רעמסס צו דער שטאט סוכות. און די צאל פון זיי איז געווען זעקס הונדערט טויזנט מאן פיס גייער, וואס זענען אלט געווען פון צוואנציק יאר און העכער, חוץ קליינע קינדער.
לח. אויך פיל פון אנדערע אומות (וואס האבן זיך מגייר געווען) זענען אויך מיט זיי אויפגעגאנגען, און שאף און רינדער, פיך זייער שווער, (זיי האבן מיט זיך געפירט זייער פיל בהמות).
לט. און די ישראל האבן געבאקן דאס טייג, וואס האבן אויסגעצויגן (= ארויסגעצוין, ארויסגענומען) פון מצרים קוכן פון מצה, ווארום עס האט נישט געקאנט זויער ווערן, ווארום זיי זענען פארטריבן געווארן פון מצרים, און זיי האבן נישט געקאנט פארזאמען, און אויך שפּייז האבן זיי נישט צייט געהאט אנצוגרייטן.
מ. און די זיצונג פון די קינדער ישראל וואס זענען געזעסן אין מצרים (און אין אנדערע פרעמדע לענדער איז געווען), דרייסיק יאר און פיר הונדערט יאר.
מא. און עס איז געווען אין ענדע פון דרייסיק יאר און פיר הונדערט יאר, און עס איז געווען אין דעם פופצנטן טאג אין ניסן מיטן העלן טאג, זענען ארויסגעגאנגען די יידן פון דעם לאנד מצרים.
מב. די נאכט איז געווען געהיט צו גאט, (גאט האט געווארט און האט געהאפט עס זאל קומען די נאכט וואס געהערט צום פופצנטן טאג אין ניסן מקיים צו זיין וואס ער האט מבטיח געווען צו אברהם), אויסצוציען (= ארויסצוציען, ארויסצונעמען) די ישראל פון דעם לאנד מצרים, דאס איז די נאכט צו גאט, די נאכט איז געהיט צו דער ישראל צו זייערע דורות. (פ)
מג. האט גאט געזאגט צו משה און צו אהרן: דאס זענען די דינים פון דעם קרבן פסח, איטלעכער וואס זיינע מעשים זענען פרעמד צו גאט, טאר ער נישט עסן דעם קרבן פסח.
מד. אן איטלעכער כנענישער קנעכט וואס דינט ביי א ישראל, וואס דער ישראל האט אים געקויפט פאר געלט, און דו וועסט אים מל זיין, דענסמאל מעג ער עסן דעם קרבן פסח, (אבער אז מען האט אים נישט מל געווען, טאר ער אים נישט עסן) .
מה. א גוי וואס האט אויף זיך מקבל געווען ער זאל נישט עבודת כוכבים דינען, אבער ער עסט נבילות וטריפות, אדער א כנעני וואס איז פארדונגען ביי א ישראל אויף א צייט, טאר ער פון דעם קרבן פסח נישט עסן.
מו. דער קרבן פסח זאל געגעסן ווערן אין איין שטוב, (די מענטשן וואס האבן א חלק אין אים, זאלן אים עסן אלע אין איין חברותא, אבער זיי טארן זיך נישט צעטיילן מיט אים, און זאלן אים עסן אין צוויי חברותות). דו זאלסט נישט ארויסציען פון דער שטוב (מיינט מען פון דער חברותא) פון דעם פלייש פון דעם קרבן פסח אויף דער גאס, (דאס מיינט מען אז א מענטש זאל נישט עסן דער קרבן פסח אין צוויי חברותות). און א ביין טאר מען אין אים נישט צעברעכן.
מז. גאר די עדה פון ישראל זאלן מאכן דעם קרבן פסח.
מח. און אז עס וועט וואוינען א גר, און ער וועט מאכן א קרבן פסח צו גאט (דעם פערצנטן טאג אין ניסן), זאל ער פריער מל זיין אלע זכרים, און דענצמאל מעג ער גענענען צו מאכן דעם קרבן פסח, און דער גר (וואס האט זיך מל געווען) זאל זיין ווי א געבארענער ייד,. און איטלעכער וואס איז נישט געמלט, (ווייל זיינע ברידער זענען געשטארבן מחמת מילה, האט מען אים מורא געהאט מל זיין), טאר ער דעם קרבן פסח נישט עסן.
מט. איין תורה זאל זיין צום געבארענעם ייד, און צום דעם גר וואס וואוינט צווישן אייך, (אלע מצות וואס אין דער תורה שטייט, מוז דער גר מקיים זיין אזוי ווי א ישראל).
נ. האבן די יידן געטאן ווי גאט האט געבאטן צו משה און צו אהרן (וואס די ישראל זאלן טאן), אזוי האבן זיי געטאן. (ס)
נא. און עס איז געווען אין דעם פופצנטן טאג אין ניסן, האט גאט אויסגעצויגן די קינדער ישראל פון דעם לאנד מצרים, מיט זייערע שאָרן[6]. (פ)
|