לדלג לתוכן

חומש בית יהודה שמות כב

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ

פרשת משפטים

א. [1] אויב אין אן אונטערגראבן וועט געפונען ווערן דעם גנב, (ער האט זיך אונטערגעגראבן אונטער דעם בעל הבית הויז), און ער וועט געשלאגן ווערן פון דעם בעל הבית, און דער גנב וועט שטארבן, דארף מען נישט הרגענען דעם בעל הבית, (ווייל דער בעל הבית האט געמעגט הרגענען דעם גנב, און אויב דער בעל הבית האט אים נישט געהרגעט ,און דער גנב איז אנטלאפן מיט דער גניבה, דארף ער נישט באצאלן פאר דער גניבה, ווייל ער האט די גניבה קונה געווען מיט זיין לעבן).

ב. אויב עס איז קלאר ווי די זון, אז דער גנב וואלט אים נישט געהרגעט, (דהיינו דער גנב איז א פאטער און דער זון האט אים געהרגעט), קומט דעם זון צו הרגענען, (און אויב דער זון האט אים נישט געהרגעט און דער פאטער איז אנטלאפן מיט דער גניבה), דארף ער באצאלן פאר דער גניבה, און אז ער האט נישט צו באצאלן, זאל ער פארקויפט ווערן, ער זאל קאנען באצאלן די גניבה.
ג. און אויב עס ווערט געפונען די גניבה אין רשות פון דעם גנב, (ער האט זי נישט פארקויפט), סיי אן אקס אדער אן אייזל, אדער א לעמעלע, (אדער אנדער זאכן), אויב זיי לעבן (ער האט זיי נישט געשאכטן), מוז דער גנב באצאלן צוויי וואס פאר א מין ער האט געגנבעט, (אדער געלט פאר צוויי). (ס)

ד. ווען א מענטש וועט פארדארבן א פעלד אדער א וויין גארטן (פון זיין חבר דורך דעם וואס) ער וועט אהין פירן זיינע בהמות, (און דער שאדן איז איינס פון צוויי, אדער זיי האבן מיט די פיס צו טרעטן די תבואה, אדער זיי האבן אפּגעגעסן די תבואה) אין א פעלד פון אן אנדערן, (זאל מען שאצן דעם שאדן און אויב ער וויל עם געבן א שטיקל פעלד פאר זיין שאדן), זאל ער אים געבן פון זיין בעסט פעלד, אדער פון זיין בעסטן וויין גארטן. (ס)

ה. ווען א פייער וועט ארויסגיין פון זיך זעלבערט (= זעלבסט), און עס וועט טרעפן דערנער (און זיי וועלן זיך אנצינדן), און עס וועט (דורך דעם) פארברענט ווערן א (פרעמדער) שייער מיט תבואה, אדער שטייענדיקע תבואה, אדער אן (געאקערט) פעלד, (און דורך דעם מוז מען עס נאך א מאל אקערן), מוז באצאלן דעם שאדן דער וואס האט דאס פייער אנגעצונדן, (און האט דאס נישט געהיט עס זאל קיין שאדן נישט זיין) (ס) .

ו. ווען א מענטש וועט געבן צו זיין חבר געלט אדער כלים צו היטן, און (דער שומר זאגט) עס איז ביי אים געגנבעט געווארן, (איז דער דין:) אויב עס וועט געפונען ווערן דעם גנב, מוז דער גנב טאפּל צאלן (פאר דער גניבה צום בעל הבית וואס דער פיקדון איז זיינער).
ז. און אויב עס וועט נישט געפונען ווערן דעם גנב, און דער בעל הבית וועט רופן דעם שומר צו די דיינים (צו שווערן), אויב ער האט נישט געניצט מיט דער זאך וואס מען האט ביי אים באהאלטן[2], (דען, דורך דער שבועה וועט ער פטור צו צאלן).
ח. אויף איטלעכער זאך וואס ער האט געשוואוירן ער האט דאס נישט געגנבעט, און עס איז געפונען געווארן עס איז ליגנט, (דהיינו עדות זאגן ער האט עס אליין געגנבעט), סיי אן אקס, אדער אן אייזל, אדער א לעמעלע, אדער א קלייד, אדער אויף אלע זאכן (וואס ער האט אים געבעבן צו היטן, און עס איז פארלוירן געווארן[3]), וואס די עדות זאגן: (אויף דער זאך וואס דו האסט געשוואוירן דערויף אז עס איז געגנבעט געווארן), איז דאס ביי דיר, (איז דער דין:) פאר די דיינים קומט דער דין פון זיי ביידע, (פון די עדות אוון פון דעם שומר), און דער וואס די דיינים וועלן שולדיק מאכן, מוז ער צאלן טאפּל צו זיין חבר. (ס)

ט. ווען א מענטש וועט געבן צו זיין חבר, אן אייזל אדער אן אקס, אדער א לעמל, אדער אנדערע מיני בהמות צו היטן, און עס וועט פּייגערן (ביי דעם שומר), אדער עס וועט זיך אויסברעכן א פוס, אדער עס וועט געפאנגען ווערן, און קיינער וועט דאס נישט זען, (כלומר עס וועט נישט זיין קיין עדות דערויף).
י. זאל זיין די שבועה פון גאט צווישן זיי ביידע, (דער שומר שכר זאל שווערן אז עס איז אזוי ווי ער זאגט), אויב ער האט נישט געניצט מיט דער זאך, (ער האט דערמיט קיין מלאכה נישט געטאן, איידער דער אונס האט געטראפן), און דער בעל הבית זאל נעמען (פון דעם שומר די שבועה), און דער שומר באדארף אים נישט צאלן.
יא. און אויב דער אקס ווערט געגנבעט ביי דעם שומר, מוז ער באצאלן צום בעל הבית. (ס)
יב. אויב עס ווערט פארצוקט (דורך א חיה רעה), זאל דער שומר עדות ברענגען, (אז עס איז פארצוקט געווארן באנס, דהיינו דורך א וואלף אדער דורך א לייב), באדארף דער שומר שכר נישט צאלן. (פ)

יג. און ווען א מענטש וועט לייען פון זיין חבר אן אקס אדער כלים, (ער זאל מיט זיי א מלאכה טאן), און דער אקס האט זיך אויסגעבראכן א פוס, אדער די כלים זענען צעבראכן געווארן, אדער דער אקס איז געפּייגערט. אז דער בעל הבית פון דעם אקס איז נישט געווען מיט דעם שואל (אין זיין מלאכה), מוז ער באצאלן (דעם בעל הבית פאר דעם שאדן).
יד. אבער אז דער בעל הבית איז מיט אים געווען (אין זיין מלאכה בשעת ער האט אים אנטליגן דעם אקס), באדארף ער נישט צאלן. אויב דער אקס איז א געדונגענער, ער איז געקומען צו דעם מענטשן דורך שכירות (ער זאל מיט אים א מלאכה טאן, איז דער מענטש פטור פון אן אונס). (ס)

טו. און ווען איינער וועט איבעררעדן א בתולה, וואס זי איז נאך צו קיינעם נישט מקודש געווען, און וועט ליגן מיט איר, איז ער מחויב צו שרייבן איר א כתובה, און צו נעמען זי צו זיך פאר א ווייב.
טז. און אז איר פאטער וועט נישט וועלן צו געבן זי צו אים (פאר א ווייב), זאל ער אפּוועגן (פופציק זילבערנע סלעים, און געבן צו איר פאטער) אזוי ווי די גאב פון די בתולות (וואס מען מוז געבן ווען איינער איז מאנס א בתולה). (ס)

יז. א מכשפה זאלסטו נישט לאזן לעבן, (נאר זי זאל געטייט ווערן ביי דעם בית דין).
יח. איטלעכער וואס ליגט מיט א בהמה, זאל געטייט ווערן (מיט סקילה). (ס)

יט. דער וואס שעכט א קרבן צו די כוכבים ומזלות, זאל פארוויסט ווערן, (ער איז חייב סקילה. דען מען טאר נישט שעכטן א קרבן) נאר צו גאט ב"ה אליין.
כ. און א גר (דער וואס איז פון א פרעמדע מדינה), זאלסטו אים נישט אויפווארפן, (ער איז א פארלאפענער), און זאלסטו אים נישט באצווינגען, נישט גזלענען ביים אים זיין געלט, ווארום איר זענט אויך א מאל גרים געווען אין לאנד מצרים.
כא. אן אלמנה אדער א יתום, זאלט איר נישט פּייניקן, (און קיין צער נישט טאן).
כב. און אויב איר וועט יא פּייניקן אים, (וועל איך אייך שטראפן), ווארום ווען די אלמנה אדער דער יתום שרייען צו מיר גאט, וועל איך הערן זיין געשריי.
כג. עס וועט גרימען מיין צארן, און וועל אייך הרגענען מיט א שווערד, אייערע ווייבער וועלן זיין (לעבעדיקע אלמנות, זיי וועלן נישט טארן נעמען מאנען, ווארום עדות וועלן נישט זיין אז זייערע מאנען געהרגעט געווארן), און אייערע קינדער וועלן זיין יתומים. (פ)

כד. אויב דו זאלסט אנטלייען געלט צו מיין פאלק, (צו וועמען פון מיין פאלק?) צום ארעמאן, (און צו וועלכן אן ארעמאן?) וואס מיט דיר, (איז אין דיין שטאט, דעם באדארפסטו נייטיקער אנטלייען פון אן פרעמדן ארעמאן). און דו זאלסט נישט זיין צו אים ווי א מאנער (אויב דו ווייסט אז ער האט נישט, זאלסטו אים נישט מאנען, דו זאלסט אים נישט פארשעמען). דו זאלסט ביי אים נישט נעמען קיין רוחים.
כה. אויב דו וועסט פאמשכּונען דיין חבר'ס קלייד (ווייל ער האט דיר צום זמן נישט באצאלט דיין געלט), ביז דער זון פארגייט אויף א גאנצן טאג, זאלסט אים אומקערן דעם משכון, (און אז די זון פארגייט זאלסט דאס ווידער נעמען, דאס איז ביי אזוי א משכון וואס ער גייט אין אים בייטאג, אבער א משכון וואס ער באדארף אים ביי דער נאכט, מוט ער אים פארכאכט אומקערן, און אין דער פרי זאל ער אים ווידערנעמען.
כו. ווארום (= ווייל) דאס איז זיין קלייד אליין, דאס איז זיין קלייד צו זיין לייב. אויף וואס וועט ער ליגן, (דען אז דו וועסט אים נישט אפּגעבן), און עס וועט זיין אז ער וועט שרייען צו מיר, וועל איך דאס הערן, ווארום איך בין א דערבארימעקער. (ס)

כז. גאט זאלסטו נישט לעסטערן, און דיינים זאלסטו אויך נישט לעסטערן, און א נשיא פון דיין פאלק ישראל זאלסטו נישט פלוכטן.
כח. די ערשטע צייטיקע פּירות (בּכּוּרים), און די תּרומה וואס דו באדארפסט געבן, זאלסטו נישט שפעטיקן אפּצושיידן, (דו זאלסט נישט אפּשיידן תּרומה פריער פון בּכּוּרים). די בּכוֹרים פון דיינע קינדער זאלסטו געבן צו מיר, (דו מוזסט אויסלייזן ביי א כּהן מיט פינף סלעים, אז ער ווערט אלט דרייסיק טאג).
כט. אזוי זאלסטו טאן צו דיין אקס, (צו די בּכוֹרים פון דיינע גרויסע בהמות), און צו (די בּכוֹרים פון) דיינע שאף, (אזוי ווי א בּכוֹר פון א מענטש, מוזסטו אים נאך דרייסיק טאג אויסלייזן, אזוי אויך א בּכוֹר פון בהמות מוזסטו אים נאך דרייסיק טאג אפּגעבן צום כהן). זיבן טאג זאל דער בּכוֹר פון דיין בהמה זיין מיט זיין מוטער, (דער כהן טאר נישט נעמען דער בּכוֹר פאר אכט טאג), און פון דעם אכטן טאג אן און ווייטער, מעגסטו געבן דעם בּכוֹר צו מיר (צום כהן).
ל. און אז איר ישראל וועט זיין הייליק, (און אפּגעשיידט ווערן פון צו עסן נבילות און טריפות), וועט איר זיין צו מיר (מיין פאלק, און אז נישט זענט איר נישט מיין). און פלייש פון א בהמה וואס זי איז פארצוקט געווארן (דורך א לייב אדער דורך א וואלף, סיי) אויף דעם פעלד (אדער אין הויז), טארט איר (די בהמה) נישט עסן, (נאר איר מוזט) די בהמה צו די הינט ווארפן. (ס)

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. וואס מען האט ביי אים באהאלטן: לויט דעם ענין מען דארף זאגן וואס מען האט אים געגעבן צו היטן.
  3. און עס איז פארלוירן געווארן: דהיינו דער שומר טענה'עט אז די זאך איז פארלוירן געווארן. מען לערנט דאס פון לשון על על אבידה, אז נישט דווקא אז דער שומר געטנה'עט אז די זאך איז געגנבעט געווארן, נאר אויך אז ער טענה'עט אז די זאך איז פארלוירן געווארן.