פרשת שמות
א. [1] און נאך דעם זענען געקומען משה מיט אהרן, און האבן געזאגט צו פרעה: אזוי האט גאט געזאגט, דער גאט פון ישראל: שיק מיין פאלק, און לאזן זיי פייער טאגן (פייער טאגן = פייערן) פון מיינעטוועגן אין דער מדבר.
ב. האט פרעה געזאגט: וועט איז דער גאט וואס איך זאל אים פאלגן צו שיקן די ישראל, איך ווייס נישט ווער איז דער גאט, און די ישראל וועל איך אויך נישט שיקן.
ג. האבן משה מיט אהרן ווידערגעזאגט צו פרעה: דער גאט פון די יידן האט זיך באוויזן צו אונז, (בעטן מיר דיך), מיר זאלן גיין דריי טאג רייזע אין דער מדבר, און מיר וועלן שעכטן קרבנות צו אונזער גאט, (ווארום (= ווייל) אז דו וועסט אונז נישט לאזן , (האבן מיר מורא), טאמער (וועט ער אויף אונז שיקן), מיר זאלן גע'הרג'עט ווערן מיט מארד[2] אדער מיט א שווערד.
ד. האט דער מלך מצרים צו זיי געזאגט: איר משה מיט אהרן, נאך וואס טוט איר פארשטערן דאס פאלק ישראל פון זיין ארבעט, גייט בעסער צו אייער ארבעט.
ה. (האט פרעה נאך געזאגט:) דאס פאלק ישראל וואס זענען היינט אין לאנד פיל, (און זיי מוזן טאן מיין ארבעט), און איר טוט זיי שטערן פון זייער ארבעט, (איז דאס א גרויסער היזק).
ו. האט פרעה געבאטן אין דעם זעלביקן טאג די באצווינגערס פון די מצריים (וואס איבער דעם פאלק ישראל), און די יידישע שמשים (וואס זענען געזעצט געווארן פון פרעה איבער די ישראל זיי זאלן צו שטעלן די ארבעט), אזוי צו זאגן:
ז. איר זאלט שוין מען נישט געבן שטרוי צום פאלק אייצונקנעטן אין ציגל[3] אזוי ווי נעכטן און אייערנעכטן, נאר זיי זאלן אליין גיין, און זיי זאלן קלויבן שטרוי.
ח. און די צאל פון די ציגל וואס זיי פלעגן מאכן נעכטן און אייערנעכטן, זאלט איר אויף זיי טאן, און איר זאלט נישט מינערן פון אים, ווארום (= ווייל) מחמת זיי ארבעטן שלאבּעריק (= שוואך), דרום (= דעריבער) שרייען זיי צו זאגן: מיר וועלן גיין שעכטן צו אונזער גאט.
ט. עס זאל שווער ווערן די ארבעט אויף די מענטשן, און זיי זאלן זי ארבעטן, און זאלן נישט רעדן קיין פאלשע און נארישע רייד.
י. זענען ארויסגעגאנגען די באצווינגערס (פון די מצריים) און די יידישע שמשים, און האבן געזאגט צום פאלק אזוי צו זאגן: אזוי האט פרעה פארזאגט (= געבאטן = באפוילן): איך וועל אייך נישט געבן שטרוי.
יא. איר אליין גייט און נעמט איין שטרוי פון וואנען איר וועט געפינען, (און איר דארפט גיין געשווינד (= גיך), ווארום (= ווייל) פון אייער ארבעט וועט נישט געמינערט ווערן קיין שום זאך.
יב. האט זיך דאס פאלק ישראל צעשפּרייט אין גאנצן לאנד מצרים, צו קלויבן פון שטרוי וועגן, וואס זיי האבן באדארפט איינקנעטן אין דער ליים.
יג. און די באצווינגערס האבן זיך געאיילט צו זאגן צו די ישראל: פארלענד[4] (= ענדיקט אויס) אייער ווערק, איטלעכר טאג זאלט איר אזוי פיל ציגל מאכן, אזוי ווי איר פלעגט מאכן אז (= ווען) מען האט אייך געגעבן שטרוי.
יד. זענען געשלאגן געווארן די שמשים פון די ישראל וואס זיי זענען געזעצט געווארן פון די באצווינגערס פון פרעה, (און פארוואס זענען זיי געשלאגן געווארן? ווארום (= ווייל) די נוגשים האבן צו די שוטרים אזוי געזאגט:) ווארום (= פארוואס[5]) האט איר נישט פארלענדט (= אויסגעענדיקט) אייער אפּגעזעצטע ארבעט, אזוי ווי נעכטן און אייערנעכטן, אויך נעכטן אויך היינט.
טו. זענען געקומען די שוטרים פון די ישראל, און זיי האבן געשריגן צו פרעה, און האבן אזוי געזאגט: ווארום (= פארוואס) זאלסטו אזוי טאן צו דיינע קנעכט?
טז. שטרוי ווערט נישט געגעבן צו דיינע קנעכט, און די נוגשים זאגן אונז: מיר זאלן מאכן ציגל (אזוי פיל ווי מען האט פריער געמאכט בשעת מען האט געגעבן שטרוי, און מיר קאנען דאס נישט אויספירן), און דיינע קנעכט ווערן דרום (= דעריבער) געשלאגן, און דאס ברענגט א זינד אויף דיין פאלק.
יז. האט פרעה געזאגט צו די שוטרים: איר ארבעט שלאבּעריק (= שוואך), דרום (= דעריבער) זאגט איר מיר: מיר וועלן גיין שעכטן קרבנות צו גאט.
יח. און אצונד גייט ארבעטן, און שטרוי זאל אייך נישט געגעבן ווערן, און די צאל פון די ציגל וואס איר פלעגט געבן, זאלט איר היינט אויך געבן.
יט.האבן די שוטרים געזען די שלעכטיקייט (וואס די ישראל האבן וואס מען האט זיי שווער געמאכט די ארבעט), ווארום (= ווייל) האט מען פארזאגט: איר זאלט נישט מינערן פון די ציגל, אזוי ווי איר האט אלע טאג געארבעט.
כ. האבן זיי באגעגענט משה מיט אהרן זענען געשטאנען אקעגן זיי, בשעת זיי זענען ארויסגעגאנגען פון פרעה.
כא. האבן זיי געזאגט צו משה און אהרן: גאט זאל זיך באוויזן אויף אייך, און ער זאל אייך מישפּטן, וואס (דורך אייערע רייד) האט איר מיאוס געמאכט אונזער ריח, אין די אויגן פון פרעה, און אין די אויגן פון זיינע קנעכט, דאס איז גלייך ווי איר וואלט געגעבן א שווערד אין זייער האנט.
כב. האט זיך משה אומגעקערט צו גאט און האט אזוי געזאגט: גאט, ווארום (= פארוואס) האסטו שלעכט געטאן דאס פאלק ישראל? (און אויב דו וועסט וועלן זאגן וואס ארט מיך?) וואס האסט דו מיך געשיקט? (דו האסט דאך מיך געשיקט איך זאל זיי א טובה טאן?)
כג. און פון דענצמאל אן אז איך בין געקומען צו פרעה צו רעדן פון דיין נאמען וועגן, האט פרעה נאך געמערט שלעכטס צו דעם פאלק, און דו גאט האסט נישט מציל געווען דיין פאלק ישראל.
|