לדלג לתוכן

חומש בית יהודה שמות ג

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ

פרשת שמות

א. [1] און משה האט געפּאשעט די שאף פון זיין שווער יתרו דער האר פון מדין, און משה האט געפירט די שאף אונטער דער מדבר, און ער איז געקומען צו גאט'ס בארג נאך חורב.
ב. און עס האט זיך באוויזן די שכינה פון גאט צו משה מיט א פלאם פייער, אויס (= פון) א דארן, און משה האט געזען אז דער דארן ברענט אין פייער, אן דער דארן ווערט נישט פארברענט.
ג. און משה האט געזאגט: איך וועל זיך אפּקערן (פון דעם ארט וואו איך שטיי, און איך וועל גיין נאנט צו דעם דארן), און איך וועל זען דאס גרויסע וואונדער, ווארום (= פארוואס[2]) דער דארן ווערט נישט פארברענט.
ד. און גאט האט געזען אז משה האט זיך אפּגעקערט (גענענען צום דארן) צו זען (דעם וואונדער), האט גאט גערופן צו משה אויס (= פון) דער דארן, האט משה געזאגט: דא בין איך.
ה. און גאט האט געזאגט צו משה: דו זאלסט נישט גענענען אהער, טו אויס די שיך פון דיינע פיס, ווארום (= ווייל) דאס ארט וואס דו שטייסט דערויף, דאס איז א הייליקע ערד.
ו. און גאט האט געזאגט צו משה: איך בין דער גאט פון דיין פאטער, דער גאט פון אברהם און פון יצחק און פון יעקב, און משה האט באהאלטן זיין פנים, דען (= ווייל) ער האט מורא געהאט צו קוקן צו גאט.
ז. און גאט האט געזאגט צו משה: איך האב געזען דעם פּיין פון מיין פאלק, (וואס זיי ווערן געפּייניקט) אין מצרים, און איך האב געהערט זייער געשריי (וואס זיי שרייען) פון זייערע באצווינגערס (וואס באצווינגען זיי מיט עבודת פּרך), ווארום (= ווייל) איך ווייס זייערע שמערצן.
ח. און דרום (= דעריבער) האב איך אראפּגענידערט מציל צו זיין אים פון דער האנט פון מצרים, און אויפצוברענגען אים פון דעם לאנד פון מצרים, און צו ברענגען אים צו א גוט און ברייט לאנד, צו (אזוי) א (גוט) לאנד וואס אין איר רינט מילך און האניק, צו דעם ארט וואס היינט וואוינען דארטן (די אומות וואס ווערן גערופן) הכנעני, והחתי, והאמורי, והפריזי, והחוי, והיבוסי.
ט. און אצונד (= יעצט) דאס געשריי פון די קינדער ישראל איז געקומען צו מיר, און איך האב געזען דאס צווינגען וואס די מצריים צווינגען זיי.
י. און אצונד (= יעצט) גיי און איך וועל דיך שיקן צו פרעה און דו וועסט אויסציען (= ארויסציען) מיין פאלק ישראל פון דעם לאנד מצרים.
יא. און משה האט געזאגט צו גאט ווער בין איך דען (פאר א חשוב), איך זאל גיין צו פרעה (און רעדן מיט א מלך), און איך זאל אויסציען (= ארויסציען) די קינדער ישראל פון מצרים.
יב. האט גאט געזאגט צו משה: (וואס דו האסט געזאגט מי אנכי, זאג איך דיר, דו גייסט נישט פון דיינעטוועגן, נאר פון מיין שליחות וועגן, ווארום (= ווייל)) איך גאט וועל זיין מיט דיר. און דער וואונדער (וואס דו זעסט פון דעם דארן וואס ווערט נישט פארברענט), דאס איז צו דיר א צייכן אז איך גאט שיק דיך, (און דו וועסט מצליח זיין אין מיין שליחות). אז ווען דו וועסט אויסציען דאס פאלק פון מצרים, וועט איר דינען גאט אויף דעם בארג.
יג. און משה האט געזאגט צו גאט: אז איך וועל קומען צו די קינדער ישראל, און איך וועל זאגן צו זיי, דער גאט פון אייערע עלטערן האט מיך צו אייך געשיקט (מבשר זיין די גאולה), און זיי וועלן מיך פרעגן: ווי איז דער נאמען פון גאט? וואס זאל איך זיי זאגן?
יד. האט גאט געזאגט צו משה: מיין נאמען איז אהיה אשר אהיה. אזוי זאלסטו זאגן די קינדער ישראל: (דער גאט וואס הייסט) אהיה האט מיך צו אייך געשיקט.
טו. און גאט האט נאך געזאגט צו משה: אזוי זאלסטו זאגן צו די קינדער ישראל: דער גאט פון אייערע עלטערן פון אברהם יצחק יעקב, האט מיך צו אייך געשיקט, דאס איז מיין נאמען אויף אייביק, און דאס איז מיין געדעכעניש אויף דור דורות.
טז. גיי, און דו זאלסט איינזאמלען די עלצטע פון די יידן, און דו זאלסט צו זיי זאגן: דער גאטפון אייערע עלטערן האט זיך צו מיך באוויזן, דער גאט פון אברהם, פון יצחק, און פון יעקב צו זאגן: געדענק איך טו געדענקען אייך, און וואס ווערט געטאן צו אייך אין מצרים, (דאס הייסט וואס מען פּייניקט אייך).
יז. און איך האב געזאגט: איך וועל אייך אויפברענען פון מצרים וואס מען פּייניקט אייך דארטן, (און וועל אייך ברענגען) צו דעם לאנד פון די אומות וואס ווערן גערופן הכנעני, צו (אזוי) א לאנד וואס אין איר רינט מילך און האניק.
יח. (און דו משה אז דו וועסט זאגן צו די זקנים דאס לשון פקוד יפקוד, זאג איך דיר): זיי וועלן פארנעמען דיין קול, (זיי וועלן דיר גלויבן), און דו זאלסט קומען מיט די עלצטע פון יידן צום קיניג פון מצרים, און איר זאלט זאגן צו אים: גאט, דער גאט פון די יידן האט געטראפן זיך צו אונז, (און האט אונז גשאפט (= באפוילט), מיר זאלן גיין מקריב זיין קרבנות און דער מדבר), און א צונד (= יעצט) (בעטן מיר דיך, דו זאלסט מסכים זייין), מיר זאלן גיין דריי טאג רייזע אין דער מדבר, און מיר וועלן שעכטן קרבנות צו אונזער גאט.
יט. (זאגט גאט צו משה:) און איך ווייס אז פרעה דער מלך פון מצרים וועט אייך נישט לאזן גיין, כל זמן איך וועל אים נישט ווייזן מיין שטארקן כח.
כ. און איך וועל שיקן מיין כח, און איך וועל שלאגן די מצרים, מיט אלע מיינע וואונדערלעכע מכות וואס איך וועל טאן צווישן אים, און דער נאך וועט ער אייך מוזן ארויסשיקן.
כא. און איך וועל געבן דעם חן פון דעם פאלק אין די אויגן פון מצרים, און עס וועט זיין, אז איר וועט ארויסגיין פון מצרים, זאלט איר נישט ארויסגיין ליידיק.
כב. און יעדע פרוי פון די יידן זאל אנטלייען פון איר שכינה (וואס זי איז א מצרית), און פון (די מצרית) וואס זי וואוינט ביי איר אין שטוב, זילבערנע כלים און גאלדענע כלים און קליידער, און איר זאלט זיי טאן אויף אייערע זין און אויף אייערע טעכטער, און איר וועט אויסליידיקן דאס לאנד מצרים.

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. ווארום = פארוואס. אין דער געגענט פון דעם בית יהודה האט מען געניצט דאס ווארט ווארום, אלס ווייל און פארוואס.