חומש בית יהודה שמות יט

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ

פרשת יתרו

א. [1] אין דעם דריטן חודש, נאך דעם ווי די ישראל זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים, (דאס איז חודש סיון), אין דעם טאג, זענען די ישראל געקומען אין מדבר סיני.
ב. האבן די ישראל געצויגן (= געפארן) פון רפידים נאך פאר ר"ח סיון, און זיי זענען געקומען נאך מדבר סיני, און זיי האבן גערוט אין דעם מדבר אום (= אין) ר"ח, האבן די יידן דארטן גערוט אקעגן בארג סיני.
ג. און משה איז אויפגעגאנגען צו גאט (דעם אנדערן טאג אין חודש סיון) , האט גאט גערופן צו אים פון דעם בארג סיני, ער האט אים אזוי געזאגט: אזוי זאלסטו זאגן צו דעם הויזגעזינד פון יעקב, (צו זיי זאלסטו זאגן ווייכע רייד), און דא זאלסט זאגן (הארטע רייד) צו די קינדער ישראל.
ד. איר האט געזען וואס איך האב געטאן צו די מצריים, און איך האב געטראגן אייך אזוי ווי אויף דעם פליגל פון אדלערס, און איך האב אייך געבראכט צו מיר. (דאס הייסט צו מיין דינסט).
ה. און אצונד, אויב הערן איר וועט הערן אין מיין קול, (איר וועט מקבל זיין מיינע מצות), און איר וועט היטן מיין ברית, וועט איר זיין צו מיר א געליבט פאלק, בעסער פון אלע פעלקער, ווארום צו מיר איז גאר די וועלט.
ו. און איר וועט זיין צו מיר א קינגרייך פון הארן און א הייליק פאלק, דאס זענען די רייד וואס דו זאלסט רעדן צו די קינדער ישראל.
ז. און משה איז געקומען (דעם דריטן טאג אין סיון), און האט גערופן צו די עלצטע פון דעם פאלק ישראל, און האט פאר זיי געטאן די רייד וואס גאט האט אים געבאטן.
ח. האבן געענטפערט גאר דאס פאלק באנאנד (= צוזאמען = אין אייינעם), און זיי האבן געזאגט: גאר וואס גאט האט גערעדט וועלן מיר טאן, האט משה געזאגט די רייד פן דעם פאלק צו גאט.
ט. האט גאט געזאגט צו משה: איך וועל קומען צו דיר אין דעם גרעב פון דעם ענן, פון וועגן דאס פאלק זאל הערן ווי איך וועל רעדן מיט דיר, און אויך אין דיר וועלן זיי גלייבן אויף אייביק (אז דו ביסט א נביא פון גאט), האט משה געזאגט די רייד פון דעם פאלק צו גאט.
י. האט גאט געזאגט צו משה: גיי צום פאלק און דו זאלסט זיי אנגרייטן (זאג זיי אז זיי זאלן זיך אנגרייטן) היינט און מארגן, און זיי זאלן וואשן זייערע קליידער.
יא. און זיי זאלן זיך אנגרייטן אויף דעם דריטן טאג, (דאס איז דער זעקסטער טאג אין סיון), ווארום דעם דריטן טאג וועט גאט אראפּנידערן פאר די אויגן פון גאר דאס פאלק אויף דעם בארג סיני.
יב. און דו זאלסט זיי שטעלן א צייכן ארום, (פון דעם צייכן און ווייטער טארן זיי נישט גיין, דער צייכן וועט זיי אליין זאגן, גייט נישט ווייטער). און דו זאלסט זיי אויך זאגן: היט אייך אויפצוגיין אויף דעם בארג, און אנרירן (אפילו) אין עק בארג, ווער עס וועט אנרירן אין בארג, וועט געטייט ווערן.
יג. עס זאל נישט אנרירן אין בארג קיין האנט, ווארום (אז מען וועט יא אנרירן), וועט מען פארשטיינט ווערן, אדער ווארפן ער וועט געווארפן ווערן, סיי א בהמה סיי א מענשט וועט ער נישט בלייבן לעבן, אז דער שופר ועוט בלאזן א תקיעה גדולה, מעגן זיי דער נאך אויפגיין אויף דעם בראג, (ווארום דענצמאל וועט שוין די שכינה אפּגעטאן ווערן (= אראפּגענומען ווערן = דערווייטערט ווערן) פון דעם בארג).
יד. האט משה אראפּגענידערט פון דעם בארג צום פאלק ישראל, און ער האט געהייליקט דאס פאלק, און זיי האבן געוואשן זייערע קליידער.
טו. האט משה געזאגט צום פאלק איר זאלט זיין אנגעגרייט אויף דעם דריטן טאג, איר זאלט נישט גענענען די דריי טעג צו א אשה.
טז. און עס איז געווען דעם דריטן טאג אז עס איז געווארן פרי, איז געווען דונערן און בליצן, און א שווערער וואלקן אויף דעם בארג, און א קול שופר זייער א שטארקער, און עס איז דערציטערט געווארן גאר דאס פאלק וואס איז געווען אין דער מחנה.
יז. האט משה ארויסגעצויגן (= ארויסגענומען) דאס פאלק אקעגן גאט פון דער מחנה, און זיי האבן זיך געשטעלט אונטערן בארג.
יח. און דער בארג סיני האט זיך גערייכט אין גאנצן פון וועגן ווייל גאט האט גענידערט אויף אים מיט פייער, און עס איז אויפגעגאנגען רויך ווי רויך פון א קאלכאויוון, און דער גאנצער בארג האט געציטערט.
יט. און עס איז געווען דאס קול פון דעם שופר, איז אלעמאל שטארקער געגאנגען, משה האט גערעדט (די דברות צו די ישראל), און גאט האט אים געענטפערט (און געהאלפן) אין זיין קול. (ער האט געגעבן כח, זיין קול זאל זיך שטארקן, און זאל געהערט ווערן צו אלע ישראל).
כ. האט גענידערט גאט אויף דעם בארג סיני צום שפּיץ בארג, און גאט האט גערופן צו משה צום שפּיץ בארג, און משה איז אויפגעגענגען. כא. האט גאט געזאגט צו משה: נידער, זאג אן דאס פאלק ישראל: זיי זאלן נישט אופגיין אויף דעם בארג, ווארום טאמער וועלן זיי צו פירן זייער באשטאנד ארויפגיין אויף דעם בארג[2], און עס וועלן שטארבן פון זיי פיל.
כב. און אויך די בכורים וואס זיי גענענען מקריב צו זיין צו גאט, (זאלן זיך נישט פארלאזן אויף זייער חשיבות אויפצוגיין אויף דעם בארג, נאר זיי) זאלן זיין אנגעגרייט אויף זייער ארט (און זאלן נישט ארויפגיין, ווארום אז זיי וועלן יא אויפגיין), טאמער וועט זיי גאט הרגענען.
כג. האט משה געזאגט צו גאט: דאס פאלק קען נישט אויפגיין אויף בארג סיני, ווארום דו האסט אונז שוין אנגעזאגט צו זאגן, מאך א גרענעץ ארום דעם בארג און הייליק אים, (וואס באדארף איך זיי נאך אמאל זאגן?) .
כד. האט גאט צו אים געזאגט: גיי אנידער (און זאג זיי נאך אמאל), און זאלסט אויפגיין דו און אהרן מיט דיר, און די כהנים און דאס פאלק זיי זאלן נישט אוועקגיין פון זייער ארט אויפצוגיין צו גאט, ווארום טאמער וועט ער ברעכן אין זיי.
כה. האט משה גענידערט צום פאלק, און האט זיי (ווידער) אנגעזאגט: (זיי זאלן נישט אויפגיין צום בארג סיני). (ס)

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. וועלן זיי צו פירן זייער באשטאנד ארויפגיין אויף דעם באר: זיין פירוש געבויט אויף רש"י וואס ער זאגט: פן יהרסו: שלא יהרסו את מצבם ע"י שתאותם אל ה' לראות, ויקרבו לצד ההר. לויט דעם ער האט געדארפט טייטשן וועלן זיי צעשטערן זייער באשטאנד (דורך) ארויפגיין אויף דעם בארג.