טייטש יהואש שמות פרק יד
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ (חומש בית יהודה ווערסיע שמות יד)
- א און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
- ב רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, זײ זאָלן זיך אומקערן, און רוען פֿאַר פּי-הַחירוֹת, צװישן מִגדוֹל און צװישן ים, פֿאַר בעַל-צפֿון; אַקעגן אים זאָלט איר רוען בײַם ים.
- ג און פַּרעה װעט זאָגן אױף די קינדער פֿון ישׂראל: זײ זײַנען צעטומלט אין לאַנד, דער מדבר האָט זײ אײַנגעשלאָסן.
- ד און איך װעל פֿעסט מאַכן פַּרעהס האַרץ, און ער װעט זײ נאָכיאָגן; און איך װעל געערלעכט װערן דורך פַּרעהן, און דורך זײַן גאַנצן חיל, און די מִצרים װעלן װיסן, אַז איך בין יהוה. – און זײ האָבן אַזױ געטאָן.
- ה איז אָנגעזאָגט געװאָרן דעם מלך פֿון מצרַיִם, אַז דאָס פֿאָלק איז אַנטלאָפן, און דאָס האַרץ פֿון פַּרעהן און פֿון זײַנע קנעכט איז פֿאַרקערט געװאָרן אַקעגן דעם פֿאָלק, און זײ האָבן געזאָגט: װאָס האָבן מיר דאָ געטאָן, װאָס מיר האָבן אַװעקגעלאָזן ישׂראל פֿון אונדז צו דינען?
- ו האָט ער אײַנגעשפּאַנט זײַן רײַטװאָגן, און האָט גענומען מיט זיך זײַן פֿאָלק.
- ז און ער האָט מיטגענומען זעקס הונדערט געקליבענע רײַטװעגן, און אַלע רײַטװעגן פֿון מִצרַיִם, און עלטסטע איבער זײ אַלע.
- ח און גאָט האָט פֿעסט געמאַכט דאָס האַרץ פֿון פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און ער האָט נאָכגעיאָגט די קינדער פֿון ישׂראל; און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען אַרױסגעגאַנגען מיט אַ הױכער האַנט.
- ט און די מִצרים האָבן זײ נאָכגעיאָגט, אַלע פֿערד, די רײַטװעגן פֿון פַּרעהן, און זײַנע רײַטער, און זײַן חיל, און זײ האָבן זײ אָנגעיאָגט װי זײ האָבן גערוט בײַם ים, בײַ פּי-החירוֹת, פֿאַר בעַל-צפֿון.
- י און װי פַּרעה האָט זיך דערנענטערט, אַזױ האָבן די קינדער פֿון ישׂראל אױפֿגעהױבן זײערע אױגן, ערשט די מִצרים ציען הינטער זײ, און זײ האָבן זײער מוֹרא געהאַט; און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשריען צו גאָט.
- יא און זײ האָבן געזאָגט צו משהן: צי װײַל קײן קברים זײַנען ניטאָ אין מִצרַיִם, האָסטו אונדז אַרױסגענומען צו שטאַרבן אין דער מדבר? װאָס האָסטו דאָ געטאָן צו אונדז, אונדז אַרױסצוציען פֿון מִצרַיִם?
- יב איז דאָס ניט דאָס װאָרט װאָס מיר האָבן גערעדט צו דיר אין מִצרַיִם, אַזױ צו זאָגן: ”טו זיך אָפּ פֿון אונדז, און לאָמיר דינען מִצרַיִם“? װאָרום בעסער פֿאַר אונדז צו דינען מִצרַיִם, אײדער מיר זאָלן שטאַרבן אין דער מדבר.
- יג האָט משה געזאָגט צום פֿאָלק: איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן; שטײט און זעט די ישועה פֿון גאָט װאָס ער װעט אײַך הײַנט טאָן; װאָרום װי איר זעט הײַנט די מִצרים, װעט איר זײ אױף אײביק מער װידער ניט אָנזען.
- יד גאָט װעט מלחמה האַלטן פֿאַר אײַך, און איר װעט שטײן שטיל.
- טו און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: װאָס שרײַסטו צו מיר? רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, זײ זאָלן ציען.
- טז און דו הײב אױף דײַן שטעקן, און שטרעק אױס דײַן האַנט אױפֿן ים, און שפּאַלט ים, און די קינדער פֿון ישׂראל װעלן אַרײַן אין מיטן ים אױף טריקעניש.
- יז און איך, זע, איך מאַך פֿעסט דאָס האַרץ פֿון די מִצרים, און זײ װעלן אַרײַן נאָך זײ; און איך װעל געערלעכט װערן דורך פַּרעהן, און דורך זײַן גאַנצן חיל, דורך זײַנע רײַטװעגן, און דורך זײַנע רײַטער.
- יח און די מִצרים װעלן װיסן אַז איך בין יהוה, װען איך װער געערלעכט דורך פַּרעהן, דורך זײַנע רײַטװעגן, און דורך זײַנע רײַטער.
- יט און דער מלאך פֿון גאָט װאָס איז געגאַנגען פֿאַר דער מחנה פֿון ישׂראל, האָט אַװעקגעצױגן און איז געגאַנגען פֿון הינטער זײ; און דער װאָלקנזײַל האָט אַװעקגעצױגן פֿון פֿאַר זײ, און האָט זיך געשטעלט הינטער זײ;
- כ און ער איז געקומען צװישן דער מחנה פֿון מִצרַיִם, און צװישן דער מחנה פֿון ישׂראל; און דאָרטן איז געװען דער װאָלקן און די פֿינצטערניש און דאָ האָט ער באַלוּכטן די נאַכט; און אײנע האָט ניט גענענט צו דער אַנדערער די גאַנצע נאַכט.
- כא און משה האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױפֿן ים, און גאָט האָט געטריבן דעם ים מיט אַ שטאַרקן מזרח-װינט אַ גאַנצע נאַכט, און געמאַכט דעם ים פֿאַר אַ טריקעניש, און די װאַסערן האָבן זיך צעשפּאָלטן.
- כב און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען אַרײַנגעגאַנגען אין מיטן ים אױף טריקעניש; און די װאַסערן זײַנען זײ געװען אַ מױער פֿון זײער רעכטער זײַט און פֿון זײער לינקער.
- כג און די מִצרים האָבן נאָכגעיאָגט, און אַלע פֿערד פֿון פַּרעהן, זײַנע רײַטװעגן, און זײַנע רײַטער, זײַנען אַרײַן נאָך זײ אין מיטן ים.
- כד און עס איז געװען אין דער פֿרימאָרגנװאַך, האָט גאָט אַראָפּגעקוקט אױף דער מחנה פֿון מִצרַיִם מיט אַ זײַל פֿון פֿײַער און װאָלקן, און ער האָט פֿאַרטומלט די מחנה פֿון מִצרַיִם.
- כה און ער האָט אָפּגעטאָן די רעדער פֿון זײערע רײַטװעגן, און זײ געמאַכט פאָרן מיט שװעריקײט, און די מִצרים האָבן געזאָגט: לאָמיר אַנטלױפן פֿון ישׂראל, װאָרום יהוה האַלט מלחמה פֿאַר זײ מיט מִצרַיִם.
- כו און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: שטרעק אױס דײַן האַנט אױפֿן ים, און זאָלן די װאַסערן זיך אומקערן אױף די מִצרים, אױף זײערע רײַטװעגן, און אױף זײערע רײַטער.
- כז האָט משה אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױפֿן ים, און דער ים האָט זיך אומגעקערט אַקעגן פֿרימאָרגן צו זײַן שטאַרקײט, און די מִצרים זײַנען אים אָנגעלאָפן אַנטקעגן; און גאָט האָט אַרײַנגעטרײסלט די מִצרים אין מיטן ים.
- כח און די װאַסערן האָבן זיך אומגעקערט, און האָבן צוגעדעקט די רײַטװעגן, און די רײַטער – דעם גאַנצן חיל פֿון פַּרעהן, װאָס איז אַרײַן נאָך זײ אין ים; ניט געבליבן פֿון זײ צו מאָל אַן אײנציקער.
- כט און די קינדער פֿון ישׂראל זײַנען געגאַנגען אין מיטן ים אױף טריקעניש און די װאַסערן זײַנען זײ געװען אַ מױער פֿון זײער רעכטער זײַט און פֿון זײער לינקער.
- ל און גאָט האָט אין יענעם טאָג געהאָלפן ישׂראל פֿון דער האַנט פֿון מִצרַיִם, און ישׂראל האָט געזען די מִצרים טױט אױפֿן ברעג פֿון ים.
- לא און ישׂראל האָט געזען די גרױסע שטאַרקײט װאָס גאָט האָט געטאָן אַקעגן מִצרַיִם, און דאָס פֿאָלק האָט מוֹרא געהאַט פֿאַר גאָט, און זײ האָבן געגלױבט אין גאָט, און אין זײַן קנעכט משהן.