לדלג לתוכן

חומש בית יהודה במדבר א

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

במדבר פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו

פרשת במדבר

א. און גאט האט גערעדט צו משה אין דעם מדבר סיני אין אהל מועד, אין דעם ערשטן טאג פון דעם אנדערן חודש, (דאס איז דער חודש אייר), אין דעם אנדערן יאר צו זייער ארויסגיין פון לאנד מצרים, אזוי צו זאגן:
ב. אנטפאנג[1] (= נעם אויף) די צאל פון דער גאנצער עדה פון די קינדער ישראל צו זייערע משפחות, איר זאלט וויסן די צאל פון איטלעכן שבט צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, מיט דער צאל פון די נעמען פון איטלעכן זכר, (זאלסטו נעמען די צאל) צו זייערע קעפּ.
ג. אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע וואס גייען ארויס אין חיל[2] צווישן די ישראל, זאָלט איר זיי ציילן צו זייערע הערשאָרן[3] (= מחנות, גדודים), דו און אהרן זאלט איר זיי ציילן.
ד. און מיט אייך זאלן זיין, איין מענטש צו איטלעכן שבט, דער מענטש וואס איז אן עלצטער איבער דעם הויזגעזינד פון זיינע עלטערן.
ה. און דאס זענען די נעמען פון די מענטשן וואס זאלן שטיין מיט אייך צו ציילן די ישראל, צו שבט ראובן זאל זיין אליצור דער זון פון שדיאור.
ו. צו שבט שמעון זאל זיין שלומיאל דער זון פון צורישדי.
ז. צו שבט יהודה נחשון דער זון פון עמינדב.
ח. צו שבט יששכר נתנאל דער זון פון צוער.
ט. צו שבט זבולון אליאב דער זון פון חלן.
י. פון די קינדער פון יוסף: צו שבט אפרים אלישמע דער זון פון עמיהוד, צו שבט מנשה גמליאל דער זון פון פּדהצור.
יא. צו שבט בנימין אבידן דער זון פון גדעוני.
יב. צו שבט דן אחיעזר דער זון פון עמישדי.
יג. צו שבט אשר פגעיאל דער זון פון עכרן.
יד. צו שבט גד אליסף דער זון פון דעואל.
טו. צו שבט נפתלי אחירע דער זון פון עינן.
טז. די מענטשן זענען געווען די גרעסטע פון דער עדה, זיי זענען געווען די עלצטע פון די שבטים פון זייערע עלטערן, זיי זענען עלצטע איבער די טויזנט פון די ישראל.
יז. האט משה מיט אהרן גענומען די מענטשן וואס זענען באשיידט געווארן אין אים מיט זייערע נעמען.
יח. און גאר די עדה האבן זיי איינגעזאמלט אין דעם ערשטן טאג פון דעם אנדערן חודש, און זיי האבן זיך מייחס געווען אויף זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, אין צאל פון זייערע נעמען, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, צו זייער הייבט צאל.
יט. ווי גאט האט געבאטן צו משה, אזוי האט ער זיי געציילט אין דער מדבר סיני. (ס)

כ. און זיי זענען געווען די קינדער פון ראובן וואס ער איז געווען דער בכור פון ישראל, זייער געבורט צו זייערע משפחות צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, אלע זכרים פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה.
כא. זייערע געציילטע צו שבט ראובן זענען געווען זעקס און פערציק טויזנט און פינף הונדערט. (פ)

כב. צו די קינדער פון שבט שמעון, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, אלע זכרים פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה.
כג. זייערע געציילטע צו שבט שמעון איז געווען ניין און פופציק טויזנט און דריי הונדערט. (פ)

כד. צו די קינדער פון שבט גד, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה.
כה. זייערע געציילטע פון שבט גד איז געווען פינף און פערציק טויזנט און זעקס הונדערט און פופציק. (פ)

כו. צו די קינדער פון שבט יהודה, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה.
כז. די געציילטע פון שבט יהודה זענען געווען פיר און זיבעציק טויזנט און זעקס הונדערט. (פ)

כח. צו די קינדער פון שבט יששכר, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה.
כט. זייערע געציילטע פון שבט יששכר זענען געווען פיר און פופציק טויזנט און פיר הונדערט. (פ)

ל. צו די קינדער פון שבט זבולון, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה.
לא. זייערע געציילטע פון שבט זבולון זענען געווען זיבן און פופציק טויזנט און פיר הונדערט. (פ)

לב. צו די קינדער פון שבט יוסף, צו די קינדער פון שבט אפרים, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה.
לג. זייערע געציילטע פון שבט אפרים זענען געווען פערציק טויזנט און פינף הונדערט. (פ)

לד. צו די קינדער פון שבט מנשה, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה.
לה. די געציילטע מענטשן פון שבט מנשה זענען געווען צוויי און דרייסיק טויזנט און צוויי הונדערט. (פ)

לו. צו די קינדער פון שבט בנימין, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה.
לז. די געציילטע פון שבט בנימין זענען געווען פינף און דרייסיק טויזנט און פיר הונדערט. (פ)

לח. צו די קינדער פון שבט דן, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה.
לט. די געציילטע פון שבט דן זענען געווען צוויי און זעכציק טויזנט און זיבן הונדערט. (פ)

מ. צו די קינדער פון שבט אשר, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה.
מא. זייערע געציילטע פון שבט אשר זענען געווען איין און פערציק טויזנט און פינף הונדערט. (פ)

מב. צו די קינדער פון שבט נפתלי, זייער געבורט צו זייערע משפחות, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, זיין געציילטע מיט דער צאל פון זייערע נעמען, צו זייער הייבט צאל, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה.
מג. זייערע געציילטע פון שבט נפתלי זענען געווען דריי און פופציק טויזנט, און פיר הונדערט. (פ)

מד. דאס זענען די געציילטע וואס האט געציילט משה מיט אהרן און די הארן פון די ישראל, צוועלף מענטשן, איין מענטש צו דעם הויזגעזינד פון זיינע עלטערן זענען זיי געווען, צו איטלעכן שבט איז געווען איין מענטש.
מה. און עס זענען געווען די אלע געציילטע פון די קינדער ישראל, צום הויזגעזינד פון זייערע עלטערן, פון אזעלכע וואס זענען אלט צוואנציק יאר און העכער, אלע די וואס זענען ראוי צו גיין אין דער מלחמה.
מו. און זיי זענען געווען אלע די געציילטע זעקס הונדערט טויזנט און דריי טויזנט און פינף הונדערט און פופציק.
מז. און די לוים צו דעם שבט פון זייערע עלטערן, זענען נישט געציילט געווארן צווישן די ישראל. (פ)

מח. האט גאט געזאגט צו משה אזוי צו זאגן:
מט. נייער (= נאר) דער שבט לוי זאלסטו נישט ציילן, און זייער צאל זאלסטו נישט אנטפאנגען [4] (= אויפנעמען) צווישן די ישראל.
נ. און דו זאלסט באפעלן די לויים, זיי זאלן זיין ממונים אויף דעם משכן העדות (וואס איז אן עדות אז גאט ברוך הוא האט די ישראל מוחל געווען די זינד פון דעם עגל, ווארום ער האט דאך געמאכט רוען זיין שכינה אין משכן), און אויף זיינע כלים און אויף אלע זאכן וואס קערן צו אים. זיי זאלן טראגן דעם משכן און אלע זיינע כלים, און זיי זאלן באדינען אים, און ארום דעם משכן זאלן זיי רוען.
נא. און אז דער משכן וועט ציען (= פארן), (אז די ישראל וועלן דארפן ציען פון איין ארט צום אנדערן, וועלן זיי דארפן דאס משכן אויך מיטנעמען), זאלן די לויים אים צענמען פן זיין באשטאנד[5] (= אויפשטעל), (און זאלן אים טראגן ביז דעם ארט וואס זיי וועלן באדארף רוען). און אז דאס משכן וועט רוען (וואו די ישראל וועלן רוען וועט דאס משכן אויך מוזן רוען), זאלן אים די לווים צונויפשטעלן. און א פרעמדער וואס ער איז קיין נישט לוי, וואס ער וועט גענענען צו דער ארבעט וועט ער שטארבן.
נב. און די יידן זאלן רוען איטלעכער מענשט ביי זיין שאָר[6], און איטלעכער מענשט זאל רוען ביי זיין באניר[7] (= פאן), צו זייער הארשאפט.
נג. און די לויים זאלן רוען ארום דעם משכן, און (אז איר וועט אזוי טאן) וועט נישט זיין קיין צארן אויף דער עדה ישראל, און די לויים זאלן היטן, די היטונג פון דעם משכן העדות.
נד. האבן די קינדער ישראל געטאן אזוי ווי גאט האט געבאטן צו משה. אזוי האבן זיי געטאן. (פ)

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. שטאמט פון דעם דייטשן ווארט empfangen.
  2. אין פסוק שטייט כל יוצא צבא בישראל, און אין סוף פסוק שטייט תפקדו אותם לצבאותם. פון די פסוקים זעט מען אז עס איז דא צוויי באדייטונגען צו דעם ווארט צבא, א) מיליטער, די אלע סאלדאטן פון די יידן זענען געווען איין גרויס מילטער. און דאס וואס שטייט כל יוצא צבא בישראל. ב) מיליטער-גרופע, (אין מיליטער ס'דא אסאך מיליטער-גרופעס), און יעדער שבט האט געהאט זיין מילטער-גרופע. און דאס וואס שטייט תפקדו אותם לצבאותם.
    און דער חילוק צווישן מחנה און צבא, עיין לקמן פרק ב' פסוק ג'.
  3. שטאמט פון דעם דייטשן ווארט: גדוד = schar. אדון = her. דער פּשוטער פּשט פון לצבאותם איז: אז האט מען זיי געציילט צו זייערע מיליטער-גרופּעס (= גדודים), דהיינו אז יעדער שבט האט באלאנגט צו א ספּעציעלער מיליטער-גרופע (= גדוד). און דער בית יהודה טייטשט אז מען האט זיי געציילט צו זייער מיליטער-גרופּעס-הערן, דהיינו אז יעדער שבט האט באלאנגט צו א ספּעציעלן הער, צו דעם נשיא וואס איז געווען דער הער אויף דער מיליטער גרופּע. און לצבאותם מיינט צו די הערן וואס הערשן אויף דעם מיליטער.
    אבער פון די פסוקים אין פרק ב זעט מען אנדערש, און דער בית יהודה אליין טייטשט דארט אנדערש.
  4. שטאמט פון דעם דייטשן ווארט empfangen.
  5. באשטאנד, שטאמט פון דיישט Bestand. און דער טייטש פון דעם איז עקזיסטענץ. דהיינו אראפנעמען דעם משכן פון זיין עקזיסטענץ, בויאונג, אויפשטעל.
  6. שטאמט פון דעם דייטשן ווארט: גדוד = schar.
  7. שטאמט פון דייטש: Banner = פאן.