לדלג לתוכן

חומש בית יהודה שמות ח

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ

פרשת וארא

א. [1] האט גאט געזאגט צו משה: זאג צו אהרן, נייג דיין האנט מיט דיין שטעקן אויף די טייכן, און אויף זייערע געגראבענע טייכן, און אויף אזעלכע וואסער וואס עס שטייט תמיד אויף איין ארט, און מאך אויפגיין די פרעש אויף דעם לאנד מצרים.
ב. האט אהרן האט גענייט זיין האנט אויף דעם וואסער פון מצרים , און די פראש איז אויפגעגאגאנגען, און זי האט באדעקט דעם גאנצע לאנד מצרים.
ג. האבן די כישוף מאכערס אויף אזוי געטאן מיט זייער שפראך, און זיי האבן געמאכט אויפגיין די פרעש אויף דעם לאנד מצרים.
ד. האט פרעה גערופן צו משה און צו אהרן און ער האט געזאגט צו זיי, טוט בעטן צו גאט, ער זאל אפּטאן (= אראפּנעמען, דערווייטערן) די צפרדע פון מיר און פון מיין פאלק, און איך וועל שיקן דאס פאלק ישראל, און לאזן זיי שעכטן צו גאט.
ה. האט משה געזאגט צו פרעה: בארים דיך (= זיך) אויף מיר, (און זאג מיר) צו ווען (צו וועלכער צייט ווילסטו די פרעש זאלן פארשניטן ווערן), איך וועל היינט בעטן פון השי"ת אויף דיר, און אויף דיינע קנעכט, און אויף דיין פאלק, צו פארשניידן די פרעש פון דיר און פון דיי הויזגעזינד, נאר אין טייך זאלן זיי בלייבן.
ו. האט פרעה געזאגט צו משה: (איך וויל דו זאלסט היינט בעטן אז די פרעש זאלן פארשניטן ווערן) מארגן, האט משה געזאגט צו פרעה: איך וועל אזוי טאן, (אזוי ווי דיינע רייד), כדי דו זאלסט וויסן אז עס איז נישט פארהאנדן אזוי ווי אונזער גאט.
ז. און די פרעש וועלן אפּגעטאן ווערן[2] פון דיר, און פון דיינע הייזער, און פון דיינע קנעכט, און פון דיין פאלק, נאר אין טייך וועלן זיי בלייבן.
ח. און משה מיט אהרן זענען ארויסגעגאנגען פון פרעה, און משה האט געשריגן (און האט מתפלל געווען) צו גאט, פון וועגן די פרעש, וואס גאט האט געטאן צו פרעה.
ט. האט גאט געטאן אזוי ווי די רייד פון משה, און די פרעש זענען געפּייגערט פון די הייזער, פון די הייף, און פון די פעלדער. (זענען אלע אויסגעפּייגערט).
י. און די מצריים האבן צונויפגעשארט די פרעש הויפן הויפן, און עס איז מיאוס געווארן דאס לאנד מצרים. (איבער (= וועגן) די געפּייגערטע פרעש).
יא. האט פרעה געזען אז עז איז געווארן א ווייטערונג[3] (= דערלייכטערונג), (כלומר די מכה פון צפרדע איז אפּגעטאן געווארן[4] פון אים), און ער האט שווער געמאכט זיין הארץ, און האט נישט צוגעהערט צו זיי, (און האט נישט געוואלט שיקן די ישראל), אזוי ווי גאט האט גערעדט, (אז ער וועט נישט וועלן פאלגן). (ס)

יב. האט גאט געזאגט צו משה: זאג צו אהרן, נייג דיין שטעקן און שלאג דעם שטויב פון דער ערד, און עס זאל זיין צו כינים אין דעם גאנצן לאנד מצרים.
יג. זיי האבן אזוי געטאן, (משה האט געזאגט צו אהרן אזוי ווי גאט האט אים געהייסן), און אהרן האט גענייגט זיין האנט מיט דעם שטעקן, און האט געשלאגן דעם שטויב פון דער ערד, און עס זענען געקראכן די כינים אין די מענטשן, און אין בהמות, גאר דער שטויב פון דער ערד איז געווארן כינים, אין דעם גאנצן לאנד מצרים.
יד. האבן די כישוף מאכערס פון מצרים אויך אזוי געטאן מיט זייער כישוף, און האבן געוואלט (צו באשאפן) און ארויסציען די כינים (פון אן אנדער ארט), און זיי האבן נישט גקאנט. און עס זענען געקראכן די כינים אין די מענטשן, און אין בהמות.
טו.האבן די כישוף מאכערס האבן געזאגט צו פרעה, די מכה איז א פינגער פון גאט, (זי איז נישט דורך כישוף, נאר דורך גאט), און איז געשטארקט געווארן דאס הארץ פון פרעה, און האט נישט געפאלגט (ער זאל שיקן די ישראל), אזוי ווי גאט האט גערעדט, (אז פרעה וועט נישט וועלן צו הערן). (ס)

טז. האט גאט געזאגט צו משה: שטיי אויף מארגן פרי, און שטעל דיך פאר פרעה, ער וועט ארויסגיין צום וואסער, און דא זאלסט צו אים זאגן: אזוי האט גאט געזאגט, שיק מיין פאלק, זיי זאלן מיך דיענען.
יז. ווארום (= ווייל) אז דו וועסט נישט שיקן מיין פאלק, וועל איך אנרייצן עס זאל קומען אין דיר, און אין דיינע קנעכט, און אין דיין פאלק, און אין דיינע הייזער, דאס געמישעכץ פון חיות רעות (און פון שלאנגען און פון עקדישן, און וועלן אייך פארדארבן) און די הייזער פון מצרים וועלן פול ווערן מיט דעם געמישעכץ, און אויך די ערד וואס די מצרים וואוינען אויף איר, (וועט אויך פון זיין מיט ערוב).
יח. און איך וועל אפּשיידן אין דעם זעלביקן טאג דאס לאנד גושן וואס מיין פאלק שטייט אויף איר, עס זאל דארט (אין לאנד גושן), נישט זיין קיין ערוב, פון וועגן דו זאלסט וויסן, אז איך בין גאט צווישן לאנד. (אז איך בין גוזר א גזירה אויף דער ערד מוז זי אויך מקוים ווערן).
יט. און איך וועל טאן א צווישנשייד צווישן מיין פאלק ישראל און צווישן דיין פאלק, (דאס מייינט מען אז אין לאנד גושן וועט נישט זיין קיין ערוב), מארגן וועט דער צייכן זיין.
כ. האט גאט אזוי געטאן, און עס איז געקומען א שווער פארמישונג פון חיות רעות און פון אנדערע זאכן צו פרעה אין הויז אריין, און אין הויז פון זיינע קנעכט, און אין גאנצן לאנד מצרים, עס איז פארדארבן געווארן דאס גאנצע לאנד פון וועגן דעם ערוב.
כא. האט פרעה גערופן צו משה און צו אהרן און האט זיי געזאגט: גייט שעכט קרבנות צו אייער גאט דא אין לאנד, (און גייט נישט אין דער מדבר).
כב. האט משה געזאגט: נישט רעכט אזוי צו טאן, ווארום (= ווייל) די אומווערדיקייט פון די מצריים וועלן מיר שעכטן פאר גאט, (ווארום מיר וועלן שעכטן שאף, און די מצריים האלטן די שאף פאר עבודת כוכבים), מיר וועלן שעכטן די אומווערדיקייט פון די מצריים פאר זייערע אויגן, וועלן זיי אונז נישט פארשטיינען?
כג. (נאר) א וועג פון דריי טאג רייז, וועלן מיר גיין אין דער מדבר, און מיר וועלן שעכטן קרבנות צו אונזער גאט, אזוי ווי ער וועט אונז זאגן.
כד.האט פרעה געזאגט: איך ווען אייך שיקן, און איר זאלט שעכטן קרבנות צו אייער גאט אין דער מדבר, נייערט (= נאר) דערווייטערן, זאלט איר נישט דערווייטערן צו גיין, (איר זאלט נישט גיין ווייטער), בעט פאר מיר, (דער ערוב זאל אפּגעטאן ווערן[5] פון מיר).
כה. האט משה געזאגט: איך וועל פון דיר ארויסגיין, און איך וועל בעטן צו גאט, און ער זאל אפּטאן דעם ערוב פון פרעה און פון זיינע קנעכט און פון זיין פאלק מארגן, נייערט (= נאר) פרעה זאל נישט מערן צו שפּעטן (און פעלשן) צו נישט וועלן שיקן דאס פאלק צו שעכטן קרבנות צו גאט.
כו. און משה איז ארויסגעגאנגען פון פרעה, און האט געבעטן צו גאט.
כז. האט גאט געטאן ווי די רייד פון משה, און ער האט אפגעטאן דעם ערוב פון פרעה און פון זיינע קנעכט און פון זיין פאלק, עס איז נישט געבליבן אפילו איינער
כח. און פרעה האט שווער געמאכט זיין הארץ דאס מאל אויך, און האט נישט געשיקט דאס פאלק. (פ)

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגן אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. אפּגעטאן ווערן = אראפּגענומען ווערן, דערווייטערט ווערן
  3. שטאמט פון דייטש Wiet, וואס דאס מיינט היינט צו טאג מֶרְחָב, אויף יידיש רוים.
  4. אפּגעטאן געווארן = אראפּגענומען געווארן, דערווייטערט געווארן.
  5. אפּגעטאן ווערן = אראפּגענומען ווערן, דערווייטערט ווערן.