פרשת בשלח
א. [1]האבן זיי אוועקגעצויגן (= אוועקגעפארן) פון אלים, און זענען געקומען גאר די עדה ישראל צו דעם מדבר (וואס ווערט גערופן) סין, וואס (דער מדבר איז) צווישן אלים און צווישן דעם בארג סיני, (זענען אהין געקומען) אין דעם פופצנטן טאג אין אנדערן (= צווייטן) חודש, צו זייער ארויסגיין פון מצרים (אין חודש אייר).
ב. האבן געקריגט גאר די קינדער ישראל אויף משה און אויף אהרן אין דעם מדבר.
ג. האבן די קינדער ישראל צו זיי געזאגט: ווער וואלט געגעבן מיר זאלן געווען שטארבן, (הלואי וואלטן מיר געווען געשטארבן) דורך גאטס האנט אין לאנד מצרים, וואס מיר זענען דארטן געזעסן ביי דעם טאפּ מיט פלייש, (מיר האבן געגעסן פלייש), און דארטן האבן מיר געגעסן זאט מיט ברויט, (וואלט אונז בעסער געווען פון דעם), וואס איר האט אונז ארויסגעצויגן (= ארויסגענומען) אין דעם מדבר, צו טייטן גאר די איינזאמלונג דורך הונגער. (ס)
ד. האט גאט געזאגט צו משה: איך ווען מאכן רעגענען צו אייך ברויט פון דעם הימל, און דאס פאלק זאל ארויסגיין און זאל קלויבן דאס ברויט, וויפל מען באדארף עסן א טאג, (זאלן זיי דעם טאג נאר אזוי פיל קלויבן אבער זיי זאלן נישט קלויבן היינט וואס זיי באדארפן עסן מארגן), פון וועגן אין וועל זיי פּרווון אויב זיי וועלן גיין, (אויב זיי וועלן היטן) מיין תורה, אויב נישט.
ה. און עס וועט זיין אין דעם זעקסטן טאג, און זיי וועלן אנגרייטן וואס זיי וועלן ברענגען, און עס וועט זיין צוויי מאל אזוי פיל פון דעם וואס זיי קלויבן אלע טאג פון דער וואך.
ו. און משה מיט אהרן האבן געזאגט צו אלע יידן: אקעגן אוונט (דאס הייסט פארנאכט), וועט איר וויסן אז גאט האט אייך אויסגעצויגן (= ארויסגעצויגן, ארויסגענומען) פון דעם לאנד מצרים.
ז. און דער פרי וועט איר זען דעם כבוד פון גאט דען ער האט געהערט אייער קריג וואס איר האט געקריגט אויף אים, און מיר איך משה מיט אהרן וואס זענען מיר גאר חשוב, וואס איר האט געמאכט קריגן אויף אונז (אייערע ווייבער און אייערע קינדער).
ח. האט משה געזאגט: אז גאט וועט אייך געבן אין אוונט פלייש צו עסן, און ברויט וועט אייך געבן אין דער פרי איר זאלט עסן, און איר זאלט זאט זיין, דען גאט האט געהערט אייער קריג וואס איר מאכט אנדערע אויך קריגן אויף אים, און וואס זענען מיר גאר חשוב, אייער קריג איז נישט אויף אונז נאר אויף גאט.
ט. האט משה געזאגט צו אהרן: זאג צו אלע יידן, גענענט פאר גאט, ווארום גאט האט געהערט אייער קריג.
י. און עס איז געווען אז אהרן האט גערעדט די ווערטער צו אלע יידן, און די ישראל האבן זיך געקערט צו דעם מדבר, און דער כבוד פון גאט האט זיך באוויזן אין דעם וואלקן. (פ)
יא. האט גאט גערעדט צו משה אזוי צו זאגן:
יב. איך האב געהערט די קריג פון די יידן, דרום (= דעריבער) זאג איך דיר, דו משה רעד צו זיי און זאלסט זיי זאגן: צווישן די אוונטן וועט איר עסן פלייש, און אין דער פרי וועט איר זאט זיין מיט ברויט, און איר זאלט וויסן איז איך בין גאט אייער גאט.
יג. און עס איז געווען אין דעם אוונט איז אויפגעגאנגען די וואכטלען (= וואכטפאלקן), (דאס איז אזעלכע פויגלען (= פייגל) וואס זענען זייער פעט), און דער שליו האט באדעקט די מחנה פון דער ישראל, און אין דער פרי איז געווען א טוי ארום דער מחנה.
יד. און (אז די זון איז אויפגעגאנגען), איז דער טל אויפגעגאנגען אקעגן דער זון, (און אז דער טל איז אויפגעגאנגען, איז אנטפּלעקט געווארן דעם מן), און מען האט געזען אויף דעם מדבר איז פארשפּרייט א זאך וואס איז דין אנטפּלעקט[2], דין אזוי ווי אייז, אויף דער ערד.
טו. האבן די יידן דאס דערזען, האבן זיי געזאגט איינער צום אנדערן, דאס איז אן אנגרייטונג פון שפּייז, ווארום זיי האבן נישט געוואוסט וואס דאס איז, (זיי זאלן דאס רופן ביי זיין נאמען). האט משה צו זיי געזאגט: דאס איז דאס ברויט וואס גאט האט אייך געגעבן צו עסן.
טז. דאס איז די רייד וואס גאט האט געבאטן, ווי אזוי איר זאלט זיך נוהג זיין מיט דעם מן, איר זאלט קלויבן פון אים איטלעכער מענטש וויפל ער דארף עסן אין איין מעת לעת, און דאס איז א מאס וואס וועט גערופן אן עומר, צו איטלעכן מענטש, יעדער מענטש זאל נעמען א מעסטל פאר יעדן מענטש וואס איז דא ביי אים אין שטוב.
יז. האבן די קינדער פון ישראל אזוי געטאן, און זיי האבן געקליבן דעם מן, עס איז געווען אזעלכע וואס האט מער געקליבן פון איין עומר, און עס איז געווען אזעלכע וואס האבן ווייניקער געקליבן פון איין עומר.
יח. (נאר גאט האט א גרויסן נס באוויזן, אז זיי זענען געקומען צו זיך אהיים), האבן זיי געמאסטן דעם מן אויף דער מאס וואס ווערט גערופן עומר, דער וואס האט פיל מן געקליבן אין פעלד האט ער אין דער היים נישט מער געהאט פון איין עומר צו איטלעכן מענטש, און דער וואס האט ווייניק געקליבן אין פעלד, איז ביי אים אין דער היים נישט ווייניקער געווען פון איין עומר, איטלעכער מענטש נאך זיין עסן נאך, ער האט געקליבן. (כאטשע אין פעלד האבן זיי געקליבן איינער ווייניקער און איינער מער, אבער אז זיי זענען געקומען אהיים, איז מער נישט געווען נאר איין עומר צו איטלעכן מענטשן, און דאס איז געווען א גרויסער נס).
יט. האט משה געזאגט צו דער ישראל: א מענטש זאל פון דעם מן נישט לאזן ביז מארגן.
כ. האבן די ישראל נישט געהערט צו משה, און א טייל מענטשן האבן גלאזט פון דעם מן אויף מארגן, און עס איז געווארן ווערעם (אין דעם מן וואס זיי האבן געלאזט), און עס איז מיאוס געווארן. איז משה ברוגז געווארן אויף די מענטשן (וואס האבן געלאזט פון דעם מן).
כא. און די ישראל פלעגן דעם מן קלויבן אלע מארגן פרי, איטלעכער מענטש האט געקליבן וויפל ער האט באדארפט אויף עסן, און אז די זון האט דערווארעמט, איז דער מן וואס איז געבליבן אין פעלד צוגעגאנגען.
כב. און עס איז געווען אין דעם זעקסטן טאג פון דער וואך, (דאס איז פרייטיק), האבן זיי געקליבן (דעם מן וויפל זיי פלעגן קלויבן אלע טאג, נאר אז זיי האבן אין דער היים געמאסטן, איז געווען) צוויי מאל אזוי פיל, צוויי מעסטלעך צו א מענטש, זענען זיי געקומען אלע די הערן פון דער עדה, און האבן געזאגט צו משה.
כג. האט משה געזאגט צו די הערן: דאס איז וואס גאט האט געזאגט (צו מיר איך זאל אייך זאגן:) רואונג דער הייליקער שבת איז מארגן צו גאט, וואס איר ווילט מארגן באקן, באקט היינט פרייטיק, און וואס איר ווילט מארגן קאכן, קאכט היינט, און דאס איבעריקע זאלט איר אייך צו א היטונג לאזן אויך מארגן.
כד. האבן די ישראל דעם איבעריקן מן געלאזט ליגן, ווי משה האט זיי געהייסן, און ער איז נישט מיאוס געווארן, און ווערעם איז נישט געווען אין אים.
כה. האט משה געזאגט צו דער ישראל (אום (= אין) שבת:) וואס איז אייך געבליבן פון נעכטן עסט היינט, ווארום היינט איז שבת צו גאט, היינט וועט איר נישט געפינען אין פעלד, (אבער מארגן וועט דער מן ווידער זיין).
כו. זעקס טאג זאלט איר קלויבן אים, און דעם זיבטן טאג איז שבת, דער מן וועט נישט זיין אין אים.
כז. און עס איז געווען אין דעם זיבטן טאג, זענען א טייל פון דעם פאלק ארויסגעגאנגען קלויבן, האבן זיי נישט געפונען. (ס)
כח. האט גאט געזאגט צו משה: ביז ווי לאנג נאך, וועט איר נישט היטן מיין געבאט און מיין תורה.
כט. (און דאס האט אויך גאט געזאגט צו משה ער זאל זאגן צו דער ישראל:) זעט אז גאט (אליין מיט זיין כבוד) האט אייך געבעבן דער שבת, דרום (= דעריבער) (טוט ער אייך א נס און) גיט אייך אין דעם זעקסטן טאג ברויט אויף צוויי טאג, זיצט איטלעכער אויף זיין ארט, עס זאל קיין מענטש נישט ארויסגיין פון זיין ארט אין דעם זיבטן טאג (אום (= אין) שבת, קלויבן מאן).
ל. האט דאס פאלק גערוט אין דעם זעבטן טאג.
לא. און די יידן האבן גערופן דעם נאמען פון דעם שפּייז מן, און דער מן איז געווען קיילעכדיק אזוי ווי א זאמען פון אזוי א קרייטעכץ וואס ווערט גערופן געלאנדערע. דער מן איז געווען ווייס, און זיין טעם איז געווען אזוי ווי טייג געפּרעגלט אין האניק.
לב. האט משה געזאגט צו דער ישראל: דאס איז די זאך וואס גאט האט געבאטן, מען זאל דערפילן דאס מעסטל וואס ווערט גערופן עומר פון דעם מן[3], עס זאל זיין צו א היטונג, מען זאל דאס באהאלטן צו אייערע געבורט (= דורות = קומענדיקע דורות), פון וועגן אייערע דורות (וואס נאך אייך) זאלן זען דאס ברויט וואס איך האב אייך געמאכט עסן אין מדבר, אז (= ווען) איך האב אייך אויסגעצויגן (= ארויסגעצויגן = ארויסגענומען) פון דעם לאנד מצרים.
לג. האט משה געזאגט צו אהרן: נעם א גלאז, און זאלסט געבן אין דעם גלאז א פול מעסטל מיט מן, און לייג דאס אנידער פאר גאט פאר דעם ארון, עס זאל זיין צו א היטונג, צו אייער געבורט (= דורות = קומענדיקע דורות).
לד. אזוי ווי גאט האט געבאטן צו משה (אז אהרן זאל טאן), האט אהרן (דאס גלאז מיט מן) געלייגט פאר דעם ארון (וואס די תורה ליגט דרינען, דער מן זאל זיין) צו א היטונג.
לה. און די קינדער פון ישראל האבן געגעסן דעם מן פערציק יאר, ביז זיי זענען געקומען צו דעם לאנד וואס זיי האבן זיך דארטן באזעצט (אין ארץ כנען), דעם מן האבן זיי געגעסן ביז זיי זענען געקומען צום עק פון ארץ כנען.
לו. (זאגט דער פּסוק:) און דער עומר איז א צענטל חלק פון דער מאס וואס ווערט גערופן איפה. (פ)
|