לדלג לתוכן

חומש בית יהודה שמות יח

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ

פרשת יתרו

א. [1] האט געהערט יתרו דער שווער פון משה אלץ וואס גאט האט געטאן צו משה און צום פאלק ישראל, וואס גאט האט אויסגעצויגן (= ארויסגעצויגן = ארויסגענומען) די ישראל פון מצרים.
ב. און יתרו דער שווער פון משה האט גענומען צפּורה דאס ווייב פון משה נאך דעם ווי משה האט זי אוועקגעשיקט.
ג. און אירע צוויי זין האט ער אויך מיט זיך גענועמן, וואס איינער האט געהייסן גרשום, ווארום (משה) האט געזאגט: איך בין געווען עלנט אין א פרעמדן לאנד.
ד. און איינער האט געהייסן אליעזר, ווארום (משה האט געזאגט:) דער גאט פון מיין פאטער איז געווען אין מיין הילף, און ער האט מיך מציל געווען פון דער שווערד פון פרעה.
ה. און יתרו דער שווער פון משה און זיינע זין און זיין ווייב זענען געקומען צו משה צו דעם מדבר וואס משה רוט דארטן, ביי דעם בארג פון גאט.
ו. יתרו האט געשיקט א שליח צו משה ער זאל זאגן פון זיינעטוועגן: אין דיין שווער יתרו קום צו דיר, און דיין ווייב און אירע צוויי זין (קומען אויך) מיט איר.
ז. איז משה ארויסגעגאנגען אקעגן זיין שווער, און ער האט זיך געבוקט, און ער האט אים געקושט, האט איינער דעם אנדערן געפרעגט צו שלום, און זיי זענען געקומען אין געצעלט.
ח. האט משה דערציילט זיין שווער אלע זאכן וואס גאט האט געטאן צו פרעה און צו די מצריים, פון וועגן (זיי האבן געפּייניקט) די ישראל, (און נאך האט ער אים דערציילט) גאר די מידקייט וואס האט געגרייכט די ישראל אויף דעם וועג (ביים דעם ים, און די מלחמה פון עמלק) , און גאט האט זיי מציל געווען.
ט. און יתרו האט זיך געפרייט אויף גאר דאס גוטס וואס גאט האט געטאן צו די ישראל, וואס ער האט די ישראל מציל געווען פון די הענט פון די מצריים.
י. האט יתרו געזאגט: גלויבט איז גאט וואס האט אייך מציל געווען פון דער האנט פון דער מצרים און פון דער האנט פון פרעה, וואס ער האט מציל געווען דאס פאלק פון דער שווערער ארבעט פון מצרים.
יא. אצונד (= יעצט, איצט) ווייס איך אז גאט איז געאכפּערט מיין (= מער) פון אלע אפּגעטער, ווארום (= ווייל) מיט דער זאך וואס זיי האבן געמוטווילקט (= וואס זיי זענען מוטוויליקע געווען) , (דערמיט זענען זיי געשטראפט געווארן).
יב. יתרו דער שווער פון משה האט גענומען אפּפער און שעכטונג, (און האט מקריב געווען) צו גאט, איז אהרן געקומען און אלע עלצטע פון דער ישראל צו עסן ברויט, מיט דעם שווער פון משה פאר גאט.
יג. און עס איז געווען פון מארגן פרי, האט זיך משה געזעצט מישפּטן דאס פאלק, און דאס פאלק איז געשטאנען פאר משה פון פרי ביז פארנאכט.
יד. האט יתרו דער שווער פון משה געזען וואס ער טוט דאס פאלק, האט יתרו געזאגט (צו משה:) וואס איז די זאך וואס דו טוסט צום פאלק, ווארום (= פארוואס[2]) זיצסטו אליין און גאר דאס פאלק שטייט פאר דער פון פרי ביז פארנאכט.
טו. האט משה געזאגט צו זיין שווער: זיי מוזן שטיין פאר מיר, ווארום (= ווייל) דאס פאלק קומט צו מיר פארשטן (= פארשן) (די לערנונג פון) גאט.
טז. (און ווידער) אז זיי האבן עפּעס א זאך, (דאס הייסט איינער מיט דעם אנדערן דארפן זיך לאדן), קומט ער צו מיר, און איך טו מישפּטן צווישן א מענטש און צווישן זיין חבר, און איך מאך זיי וויסן די געזעצן פון גאט און זיין תורה, (מחמת דעם מוזן זיי שטיין אזוי ווי בעלי דינים פאר א בית דין).
יז. האט דער שווער פון משה געזאגט צו משה: די זאך איז נישט גוט וואס דו טוסט.
יח. מיד ווערן, דו וועסט מיד ווערן, אויך דו אויך דאס פאלק וואס איז מיט דיר (וועלן מיר ווערן), ווארום (= ווייל) די זאך איז פאר דיר שווער, דו קענסט נישט אליין טאן.
יט. אצונד הער צו מיין קול, אין וועל דער אן עצה געבן, גאט וועט מיט דיר, (וואס איז די עצה:) דו זיי צום פאלק א פארשפּרעכער[3] פון גאט, (דו זאלסט זיין א מליץ און א שליח צווישן זיי און הקב"ה, און זאלסט פרעגן זייערע משפטים פון גאט), און דו זאלסט ברענגען זייערע רייד, (זייערע טענות), פאר גאט.
כ. און דו זאלסט זיי לערנען די געזעצן און די לערנונגען, און זאלסט זיי לאזן וויסן דעם וועג וואס זיי זאלן גיין איר איר, (דאס איז גאטס וועג), און זאלסט זיי מודע זיין דאס ווערק (= טואונג) וואס זיי זאלן טאן. כא. און דא זאלסט זען (מיט דעם רוח הקודש וואס אויף דיר, און דא זאלסט אויסדערוויילן) פון גאר דאס פאלק, מאנען העלדן, (עשירים וואס דארפן קיינעם נישט חנפענען), יראי אלהים, וואָרהאפטיקע לייט, זיי האבט פיינט אומרעכט געלט, און דו זאלסט טאן אויף זיי, (די וואס דו וועסט אויסקלויבן זאלסטו מאכן פאר הארן איבער דער ישראל), הארן וואס זאלן האבן צו שאפן (הערשן) איבער טויזנט, הארן איבער הונדערט, הארן איבער פופציק, הארן איבער צען.
כב. און זיי זאלן מישפּטן דאס פאלק אלע צייט (וואס זיי וועלן באדארפן), און עס זאל זיין, איטלעכער גרויסע זאך, (א גרויסער משפּט), זאלן זיי ברענגען צו דיר, (דו זאלסט דאס מישפּטן), און א קליינע זאך, זאלן די הארן מישפּטן, כדי עס זאל פאר דיר גרינגער זיין, און זיי זאלן ליידן[4] (= פארטראגן) מיט דיר (די טרחא פון דעם פאלק).
כג. אז דו וועסט די זאך טאן (וואס איך גיב דיר אן עצה, און דו וועסט פרעגן גאט), און גאט וועט דיר אויך הייסן אזוי טאן, וועסטו קענען באשטיין (= אויסהאלטן), און אויך גאר דאס פאלק וועט קומען אויף זיין ארט בשלום.
כד. האט משה געהערט דעם קול פון זיין שווער, (און האט זיך באראטן מיט גאט, האט גאט אויך מסכים געווען צו דער עצה פון יתרו), האט משה געטאן אלץ וואס יתרו האט אים אן עצה געגעבן.
כה. האט משה אויסגקליבן פון אלע ישראל אנשי חיל, און האט זיי געגעבן פאר עלצטע איבער דעם פאלק. שרי אלפים, שרי מאות, שרי חמישים, ושרי עשרות.
כו. און זיי האבן געמישפט דאס פאלק אלע צייט (וואס האבן באדארפט), א שווערע זאך האבן זיי געבראכט צו משה, און א קליינע זאל האבן זיי געמישפּט.
כז. האט משה באגלייט זיין שווער יתרו, און יתרו איז אוועקגעגאנגען צו זיין לאנד. (פ)

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. ווארום האט צוויי טייטשן (אין דער געגענט וואו דער בית יהודה האט געלעבט): פארוואס און ווייל.
  3. דאס ווארט פארשפּרעכר שטאמט פון דייטש Vorsprecher. און דער טייטש פון דעם איז: א מענטש וואס חזר'ט איבער רייד פון אן אנדער מענטש, אויף יידיש דערקלאַמטאָר. און דאס וואס איז געווען דא מיט משה און ישראל, משה האט איבערגע'חזר'ט וואס גאט האט געזאגט. (אן איבער'חזר'ער).
  4. און זיי זאלן ליידן מיט דיר: דער טייטש ליידן מיט דיר אויף די ווערטער ונשאו עמך איז נישט פּונקטלעך. ווייל דער טייטש פון ליידן איז א מענשט וואס איז געפייניקט און ס'טוט אים וויי, זאגט מען ער ליידט, און דער צוועק פון יתרו איז נישט געווען אז די הארן זאלן ליידן מיט משה. נאר אז זיי העלפן משה און זיי זאלן טראגן מיט אים צוזאמען די לאסט, און צוזאמען משה און די הארן האבן בכח צו פארטראגן דאס פאלק. און פארטראגן מיינט צו האבן כח צו טראגן עפּעס א זאך אפילו דאס איז א ביסל שווער, אבער נישט פּייניקונגען און ווייטיקן.