פרשת משפטים
א. [1] און צו משה האט ער געזאגט: גיי אויף צו גאט, דו און אהרן, נדב ואביהוא, און זיביציק (מענטשן) פון די עלצטע פון די ישראל, און איר זאלט זיך בוקן פון דערווייטנס.
ב. און משה זאל אליין גענענע צו גאט, און זיי זאלן נישט גענענען, און דאס פאלק זאל נישט ארויפגיין מיט אים.
ג. און משה איז געקומען און האט דערציילט צום פאלק גאר די רייד פון גאט, און אלע משפטים, און גאר דאס פאלק האט גענטפערט איין קול, און זיי האבן געזאגט: אלע רייד וואס גאט האט גערעדט, וועלן מיר טאן.
ד. און משה האט געשריבן אלע רייד פון גאט, און האט זיך געפעדערט אין דער פרי (דעם פינפטן טאג אין סיון), און האט געבויט א מזבח אונטער דעם בארג (סיני), און (האט אויפגעריכט) צוועלף שטייענדיקע שטיינער, קעגן די צוועלף שבטים פון ישראל.
ה. און ער האט געשיקט די בכורים פון די קינדער ישראל, און זיי האבּן אויפגעבּראכט קרבן עולות, און זיי האבן געשעכט שעכטונג פון שלמים צו גאט אקסן.
ו. און משה האט גענומען האלב בּלוט און האט געטאן (= געלייגט) אין בּעקענס (= שיסלען), און האלבּ בּלוט האט ער געשפּרענגט (= געווארפן) אויף דעם מזבח.
ז. און ער האט גענומען דאס ספר הבּרית, און ער האט געליינט אין די אויערן פון דעם פאלק (ישראל), און זיי האבן געזאגט: אלע זאכן וואס גאט האט גערעדט, וועלן מיר טאר און מיר וועלן הערן.
ח. און משה האט גענומען דאס בּלוט און האט געשפּרענט (= געווארפן) אויף (דעם מזבח צו פארגעבּן אויף) דעם פאלק. און ער האט געזאגט: דאס איז דאס בּלוט פון דעם ברית וואס גאט האט מיט אייך כּורת בּרית געווען אויף אלע די רייד.
ט. איז אויפגעגאנגען משה און אהרן און נדב ואביהוא, און זיבעציק (מענטשן) פון די עלצטע ישראל.
י. און זיי האבן געזען דעם גאט פון די ישראל, און (עס האט זיך זיי געדאכט אז) אונטער זיינע פיס איז געווען אזוי ווי דאס ווערק פון א ציגל פון ספּיר, און אזוי ווי די לויטערקייט פון דעם הימל צו רייניקייט.
יא. און צו די עלצטע פון די ישראל (דאס מיינט מען נדב ואביהוא און די זקנים) האט ער נישט געשיקט זיין האנט, (זיין שלאק). און זיי האבּן געזען דעם כבוד פון גאט, און (עס איז בּיי זיי גלייך געווען ווי) זיי האבּן געגעסן און געטרונקען. (ס)
יב. און גאט האט געזאגט צו משה: גיי צו מיר ארויף אויף דעם בארג סיני, און זיי דארט (פערציק טעג), און איך וועל געבּן צו דיר די צוויי שטיינערדיקע לוחות, און די תורה און אלע תרי"ג מצות וואס איך האב געשריבן צו לערנען זיי.
יג. און משה איז אויפגעשטאנען און יהושע זיין משרת, און משה איז ארופגעגאנגען צום בארג פון גאט.
יד. און צו די זקנים האט משה געזאגט: פארזוימט איר זיך דא (אין דער מחנה מיט דעם איבעריקן פאלק צו זיי אנגעגרייט צו משפּטן איטלעכן זיין משפּט), ביז מיר וועלן זיך אומקערן צו אייך, און אהרן און חור אז דא מיט אייך, ווער עס וועט האבן א משפּט זאל גענענען צו זיי.
טו. און משה איז אויפגעגאנגען צום בּארג, און דער וואלקן האט בּאדעקט דעם בּארג.
טז. און דער כּבוד פון גאט האט גערוט אויף דעם בּארג סיני, און דער וואלקן האט בּאדעקט דעם בּארג זעקס טאג, און גאט האט גערופן צו משה אין דעם זיבּטן טאג פון דעם וואלקן.
יז. און דאס געשטאלט פון גאט'ס כבוד איז געווען גלייך אזוי ווי בּרענענדיק פייער אויף דעם שפּיץ בּארג, פאר די אויגן פון די קינדער ישראל.
יח. און משה איז געקומען אין מיטן וואלקן, און איז אויפגעגאנגען צום בּארג, און משה איז געווען אויף דעם בּארג פערציק טעג און פערציק נעכט. (פ).
|