לדלג לתוכן

חומש בית יהודה שמות כג

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ

פרשת משפטים

א. [1] דו זאלסט נישט מקבל זיין א פאלש הערונג, (דו טארסט נישט מקבל זיין לשון הרע) , און דאס איז אויך אן אזהרה צו א דיין ער טאר נישט אויסהערן א בעל דין ביז דער אנדערער קומט. דו זאלסט דיין האנט נישט טאן מיט דעם רשע (וואס מאנט דעם חבר מיט פאלשקייט), צו זיין צו אים א פאלשער עדות.
ב. דו זאלסט נישט נאכציען נאך פיל מענטשן (וואס זיי נייגן אוועק דעם משפט) אויף שלעכט, (און זאלסט נישט טראכטן ווייל זיי זענען רבים וועל איך זיי נאכציען). און דו זאלסט נישט ענטפערן אויף א קריג (אויף א דין תורה), מען דארף גיין נאך די פיל דיינים אפילו אוועקצוגיין פון אמת, (ווייל פיל דיינים זאגן אזוי, נאר דו מוזט זאגן דעם משפט אזוי ווי דער אמת איז, און די עבירה זאל חל זיין אויף די רבים וואס פארקרימען דעם משפט).
ג. און אן ארעמאן זאלסטו נישט באשיינען אין זיין קריג, (דהיינו אז ער האט א משפט פאר דיר מיט אן עושר זאלסטו נישט טראכטן ווייל ער איז אן ארעמאן וועל איך זען אים מזכה זיין בדין, כאטש דער אמת איז מיט דעם עושר. טארסטו נישט אזוי פּסקענען, נאר מען דארף פּסקענען דעם אמת). (ס)

ד. ווען דו וועסט באגעגענען אן אקס פון דיין שונא אדער זיין אייזל וואס ער איז בלאנדזעט (פון זיין בעל הבית), זאלסטו אומקערן (דעם אקס אדער דעם אייזל) צו זיין בעל הבית. (ס)

ה. ווען דו וועסט זען אן אייזל פון דיין שונא ליגט אונטער זיין משא, און דו וועסט דיך (וועלן) פארמיידן פון צו העלפן אים, טארסט נישט, נאר זאלסט אים העלפן, (און זאלסט מיט אים אראפּנעמען די משא פון דעם אייזל). (ס)

ו. דו זאלסט נישט אוועקנייגן דעם משפט (פון דעם משפט) פון דעם אביון, אין זיין קריג.
ז. פון פאלשע רייד זאלסטו דיך דערווייטערן. דער מענטש וואס איז (ארויסגעגאנגען פון בית דין) ריין און גערעכט זאלסטו נישט הרגענען, (און זאלסט נישט זאגן איך וועל נאך אמאל קלערן וועגן דעם דין טאמער איז ער אומגערעכט און מען דארף אים הרגענען), ווארום איך גאט וועל נישט גערעכט מאכן דעם רשע, (כאטש ער איז פון דעם בית דין ארויסגעגאנגען זכאי, איז ביי מיר פארהאנדן פיל שלוחים צו הרגענען אים מיט דער מיתה וואס עס קומט אים).
ח. און שוחד זאלסטו נישט נעמען (אפילו צו מישפּטן אמת, און מכל שכן פאלש צו פּסקענען), ווייל דער שוחד טוט מאכן בלינד די אויגן פון די קלוגע, און ער פארקרימט די גערעכטע רייד, (דעם אמתן משפּט).
ט. און א גר זאלסטו נישט באצווינגען, און איר ווייסט דאך וואויל דעם ווילן פון דעם גר (ווי עס ארט אים אז מען באצווינגט אים), ווארום איר זענט דאך אויך גרים געווען אין לאנד מצרים.
י. און זעקס יאר זאלסטו זייען דיין פעלד, און זאלסט איינזאמלען איר תּבואה.
יא. אוו דאס זיבּעטע יאר, זאלסטו זי פארלאזן (פון צו אקערן און פון צו זייען), און זאלסט זי פארלאזן (פון צו מיסטיקן). און (די תּבואה וואס וואקסט איילן אויף די פעלדער דאס זיבּעטע יאר) זאלן דאס עסן די אביונים פון דיין פאלק ישראל. און זייער איבּעריקע תּבואה, זאלן די חיות פון פעלד עסן, אזוי זאלסטו טאן צו דיין וויינגארטן, און צו דיינע איילבּירטן.
יב. זעקס טאג אין דער וואך זאלסטו טאן דיינע ווערק, און אין דעם זיבּטן טאג, זאלסטו רוען, דרום (= צוליב) עס זאל רוען דיין אקס מיט דיין אייזן, און ער זאל רוען דעם זון פון דיין דינסט (די כנענעית), און דער גר.
יג. און אלע מצות וואס איך האב געזאגט צו אייך זאלט איר זיין געהיט, (איר זאלט זיי מקיים זיין). און דער נאמען פון פרעמדע אפּגעטער, זלאט איר נישט דערמאנען.
יד. דריי מאל אין יאר זאלסטו צו מיר פייער טאגן (פייער טאגן = פייערן).
טו. דעם יום טוב פון מצות (דאס איז פסח), זאלסטו היטן. זיבן טאג זאלסטו עסן מצות אזוי ווי איך האב דיך געבאטן, צו דער צייט פון דעם חודש וואס די תּבואה וועט צייטיק (דאס איז ניסן), ווארום דעם חודש ביסטו ארויסגעגאנגען פון מצרים. און מיין פּנים זאל נישט געזען ווערן ליידיק, (אז איר וועט קומען עולה רגל זיין אין ירושלים, זאלט איר ברענגען עולות פון מיינעטוועגן).
טז. און דעם יום טוב (וואס איז אין חודש סיון) , וואס דענצמאל איז דער שניט פון דיינע ערשטע צייטיקע ווערק וואס דו זייעסט אין פעלד, (דאס מיינט דעם יום טוב פון שבועות). און דעם יום טוב וואס מען זאמעלט איין די תּבואה (דאס מיינט סוכות), אין דעם אויסגיין פון דעם יאר, (ווען דאס יאר איז שוין אוועקגעגאנגען און דער יום טוב איז שוין אין אנדערן יאר), אין דיין טאן איינזאמעלן דיין ווערק פון פעלד.
יז. דריי מאל אין יאר זאל געזען ווערן אלע דיינע זכרים, פאר דעם האר גאט אין ירושלים.
יח. דו זאלסט נישט שעכטן דעם קרבן פסח אום (= אין) ערב פסח, ביז דו וועסט מבער חמץ זיין. און עס זאל נישט נעכטיקן (חוץ למזבח), דער חלב פון די קרבנות ביז אין דער פרי, (מען מוז דאס אויפבּרענגען אויף דעם מזבח איידער דער מארגן שטערן גייט אויף).
יט. די תּבואה אדער פּירות פון די זיבּן מינים וואס ווערט צום ערשטן צייטיק, וואס וואקסט אויף דיין ערד, (אין ארץ ישראל), זאלסטו ברענגען אין גאט'ס הויז (אין בית המקדש). דו זאלסט נישט קאכן א ציגעלע אין דעם מילך פון זיין מוטער, (מען טאר נישט קאכן פלייש מיט מילך). (פ)

כ. איך וועל שיקן א מלאך פאר דיר צו היטן דיך אין וועג, און צו ברענגען דיך צום דעם ארט וואס איך האב אנגעגרייט (צו געבן צו די ישראל).
כא. היט דיך (= זיך) פאר דעם מלאך, און הער זיין קול, דו זאלסט אים נישט ווידערשפּענקין, ווארום דער מלאך האט נישט בּיכולת צו פארגעבּן אייערע זינד, (דרום זאלסט דו דיך (= זיך) היטן פאר אים, און פארוואס דארפסטו זיך היטן פון דעם מלאך) ווייל מיין נאמען איז אים אים (עיין רש"י).
כב. ווארום (= ווייל) אז דו וועסט הערן זיין קול, און דו וועסט טאן אלע זאכן וואס איך וועל רעדן צו דיר, וועל איך פיינד האבן דיינע פיינד, און איך וועל בּליידיקן דיינע בּאליידיקערס[2].
כג. ווארום מיין מלאך וועט גיין פאר דיר, און וועט דיך ברענגען צו דעם לאנד וואס זיצן דארטן אצונד (= יעצט = איצט) די אומות וואס ווערן גערופן אמורי, והחתי, והפּריזי והכנעני, החוי, והיבוסי, און איך וועל פארטייליקן די אומות.
כד. דו זאלסט דיך (= זיך) נישט בּוקן צו זייערע אפּגעטער, און זאלסט זיי נישט דינען, און זאלסט נישט טאן אזעלכע מעשים ווי זיי טוען, נייערט דו זאלסט צעפירן זייערע דמות כוכבים ומזלות, און צעברכעכן זאלסט דו צעברעכן זייערע שטייענדיקע[3] (וואס זיי בוקן זיך צו זיי).
כה. און איר זאלט (נאר) דינען גאט אייער גאט, און גאט ברוך הוא וועט געבן א ברכה אין דיין ברויט, און אין דיין וואסער, און איך וועל אפּטאן (= אוועקנעמען, דערווייטערן) קראנקהייט פון דיר. (ס)

כו. (אז דו וועסט טאן מיין ווילן), וועט נישט זיין אזוי אן אשה וואס זי איז מפּיל קינדער, אדער אן עקרה אין דיין לאנד, די צאל פון דיינע טעג וועל איך דערפילן, (איר וועט לאנג לעבן).
כז. מיין פארכט (= שרעק) וועל איך שיקן פאר דיר (אלע כנענים זאלן מורא האבן פאר דיר), און איך וועל פארטיליקן[4] גאר דאס פאלק וואס דו וועסט קומען מלחמה האלטן מיט זיי, און איך וועל געבן אלע דיינע פיינד צו דיר זיי זאלן (אנטלויפן פאר דיר, און) זיך אומקערן צו דיר מיט זייער נאקן.
כח. און איך וועל שיקן אזוי א מין עוף פאר דיר, (וואס דאס וועט שלאגן די עובדי כוכבים ומזלות אויף זייערע אויגן, און זיי וועלן שטארבן דערפון), און דאס וועט פארטריבן דעם חוי, און דעם כנעני, און דעם חתי, פון פאר דיר.
כט. איך וועל נישט פארטרייבן די אלע אומות אין איין יאר, טאמער וועט זיין דאס לאנד וויסט (פון מענטשן מחמת איר ישראל זענט נישט פיל, איר קאנט נישט דערפילן דאס גאנצע לאנד), און עס וועט זיך מערן אויף דיר די חיות פון דעם פעלד.
ל. (נאר) ביסלעכוייז וועל איך פארטרייבן די אומות פאר דיר, ביז דו וועסט דיך (= זיך) פרוכבארן (= פרוכפּערן) (און וועסט דיך (= זיך) מערן), און דו וועסט ארבּן דאס לאנד.
לא. און איך וועל טאן דיין געמארק (פון ארץ ישראל) פון דעם ים סוף ביז דעם ים פון פּלישתים, און פון דעם מדבר ביז דעם טייך פּרת, ווארום איך וועל געבן אין איייערע הענט די זיצער פון דעם לאנד, און דו וועסט זיי פארטריבן פון פאר דיר.
לב. און דו זאלסט נישט צו זיי און צו זייערע אפּגעטער כורת ברית זיין.
לג. דו זאלסט נישט לאזן באזעצן (די זיבן אומות) אין דיין לאנד, טאמער וועלן זיי דיך מאכן זינדיקן צו מיר, אז דו וועסט דינען זייערע אפּגעטער, און דאס וועט זיין צו דיר, צו אן שטרויכלונג. (פ).

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. איך וועל בּליידיקן דיינע בּאליידיקערס. היינט מען ניצט בּאליידיקן, צו פארשעמען איינעם. און דער טייטש פון וצרתי את צוררך, איז איך וועל טשעפּן דיינע טשעפּערס, אדער איך וועל פּייניקן דיינע פּייניקערס.
  3. צעברעכן זייערע שטייענדיקע. ער מיינט צו וואס רש"י זאגט אז מצבותם איז שטיינער וואס די פעלקער שטעלן צו זיך בוקן צו זיי. און ס'הייסט מצבותם, מלשון להציב, צו שטעלן. און דעריבער טייטשט ער שטייענדיקע, דהיינו שטיינעדיקע שטיינער.
  4. פארטיליקן. דאס איז איין פירוש אין רש"י אז והמתי איז מלשון מיתה, און דער פשט איז איך וועל זיי טייטן, פארטיליקן, פארניכטן. אבער רש"י פרעגט אפּ דעם פירוש, און ער איז מסביר אז והמתי מיינט, פארטומלען, פארמישן.