לדלג לתוכן

חומש בית יהודה שמות ו

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ

פרשת שמות

א. [1] האט גאט געזאגט צו משה: אצונד (= יעצט, איצט) וועסטו זען וואס איך וועל טאן צו פרעה, וועגן מיין האנט וועט ער זיי מוזן אוועקשיקן פון זיין לאנד, און מיט שטארקן כח, וועט ער זיי ארויסטרייבן פון זיין לאנד. (ס)

פרשת וארא

ב. האט גאט גערעדט צו משה, און גאט האט צו משה געזאגט: איך בין גאט.
ג. און איך גאט האב מיך באוויזן צו אברהם און צו יצחק און יעקב, מיט מיין נאמען אל שדי, און מיט מיין נאמען הויה, בין איך נישט דערקענט געווארן צו זיי.
ד. און אויך (בשעת איך האב מיך צו זיי באוויזן מיט דעם נאמען אל שדי), האב איך באשטעטיקט מיין זיכערהייט מיט זיי, (דאס הייסט איך האב געשווארן) צו געבן זיי דאס לאנד כנען, (דאס לאנד פון זייער וואוינונג), וואס זיי האבן דערינען געוואוינט.
ה. און אויך האב איך געהערט דאס געשריי פון די ישראל וואס די מצרים ארבעטן מיט זיי, האב איך מיך דערמאנט וואס איך האב כורת ברית געווען מיט אברהם, (איך האב אים דענצמאל צוגעזאגט אז דאס פאלק מצרים וואס די ישראל וועלן ביי זיי ארבעטן, וועל איך מישפּטן).
ו. דרום (= דעריבער) (מחמת דער שבועה), זאלסטו משה זאגן צו די ישראל: אין בין גאט (וואס איך בין באגלייבט מקיים צו זיין מיין הבטחה), און איך וועל אייך אויסציען (= ארויסציען) פון אונטער דעם משא פון מצרים, און איך וועל אייך מציל זיין פון זייער דינסט, און איך וועל אייך אויסלייזן מיט אויסגעשטרעקטע ארעם, און מיט גרויסע משפטים.
ז. און איך וועל אייך נעמען צו מיר צו א פאלק, און וועל זיין צו אייך צו א גאט, און איר וועט וויסן, אז איך בין אייער גאט, וואס האט אייך אויסגעצויגן (= ארויסגעצויגן) פון אונטער דעם משא פון מצרים.
ח.און איך וועל אייך ברענגען צו דעם לאנד, וואס איך האב אויפגעהויבן מיין האנט (צו שווערן) צו געבן זי צו אברהם און צו יצחק און צו יעקב, און איך וועל אייך דאס לאנד געבן צו א ירושה, ווארום (= ווייל) איך בין גאט, (און בין באגלייבט מקיים צו זיין מיין הבטחה).
ט. האט משה אזוי גערעדט צו די קינדער ישראל, (אזוי ווי גאט האט אים געהייסן), אבער די ישראל האבן נישט צוגעהערט צו משה, פון וועגן קורצן אטעם, און פון וועגן שווערער ארבעט (וואס האבן דעם אטעם נישט געקאנט כאפן, איז זיי אריינגעגאנגען וואס משה האט זיי געזאגט). (פ)

י. האט גאט גערעדט צו משה, און האט אים אזוי געזאגט:
יא. קום, רעד מיט פרעה דער מלך פון מצרים, און ער זאל ארויסשיקן די קינדער ישראל פון זיין לאנד.
יב. האט משה גערעדט פאר גאט, און האט אזוי געזאגט: מה דאך די ישראל האבן מיך נישט צוגעהערט, און ווי וועט מיך פרעה צוהערן, און ווידער איך בין פארשטאפּטע לעפצן[2] (= ליפּן), (איך קאן נישט רעכט רעדן). (פ)

יג. האט גאט גערעדט צו משה און אהרן, און ער האט זיי געבאטן אויף די קינדער ישראל: (זיי זאלן מאכן אויסציען (= ארויסציען) פון מצרים). און צו פרעה זאלן זיי אויך זאגן: אז גאט האט זיי געבאטן, זיי זאלן מאכן אויסציען (= ארויסציען) די ישראל פון לאנד מצרים, (און אז ער וועט נישט לאזן, וועט אים גאט שלאגן מיט מכות). (ס)

יד. די זענען די עלצטע פון ישראל, (פון איטלעכן הויזגעזינד פון זייערע עלטערן), די קינדער פון ראובן וואס ער איז געווען דער בכור פון ישראל, האבן געהייסן: חנוך, ופלוא, חצרון, וכרמי. פון זיי זענען ארויסגעקומען אלע משפחות וואס איז געווען אין שבט ראובן.
טו. און די קינדער פון שמעון האבן געהייסן: ימואל, וימין, ואהד, ויכין, וצחר, און שאול דער זון פון די כנענית. פון זיי זענען ארויסגעקומען אלע משפחות וואס איז געווען אין שבט שמעון.
טז. און דאס זענען די נעמען פון די קינדער פון לוי צו זייער געבארן: גרשון, וקהת, ומררי. און די יארן וואס לוי האט געלעבט איז געווען הונדערט זיבן און דרייסיק יאר.
יז. און די קינדער פון גרשון האבן געהייסן: לבני, ושמעי, צו זייערע משפחות.
יח. און די קינדער פון קהת האבן געהייסן: עמרם, ויצהר, וחברון, ועוזיאל. און די יארן וואס קהת האט געלעבט איז געווען הונדערט דריי און דרייסיק יאר.
יט. און די קינדער פון מררי האבן געהייסן: מחלי, ומושי, פון זיי זענען ארויסגעקומען אלע משפחות וואס איז געווען אין שבט לוי, צו זייער געבארן.
כ. האט עמרם גענומען זיין מומע וואס זי האט געהייסן יוכבד צו זיך צו א ווייב, און זי האט צו אים געבארן אהרן און משה. און די יארן וואס עמרם האט געלעבט איז געווען הונדערט זיבן און דרייסיק יאר.
כא. און די קינדער פון יצהר האבן געהייסן: קרח, ונפג, וזכרי.
כב. און די קינדער פון עזיאל האבן געהייסן: מישאל, ואלצפן, וסתרי.
כג. האט אהרן גענומען אלישבע די טאכטער פון עמינדב, די שוועסטער פון נחשון, צו זיך צו א ווייב, און אלישבע האט געבארן צו אהרן, נדב, און אביהוא, און אלעזר, און איתמר.
כד. און די קינדער פון קרח האבן געהייסן: אסיר, ואלקנה, ואביאסף. פון זיי זענען ארויסגעקומען אלע משפחות וואס איז געווען אין קרח'ס משפחה.
כה. און אלעזר דער זון פון אהרן, האט גענומען פון די טעכטער פון פּוטיאל, צו זיך פאר א ווייב, און זי האט געבארן צו אים פּנחס. די זענען די עלצטע פון די עלטערן פון די לויים, צו זייערע משפחות.
כו. דאס איז דער אהרן און משה וואס גאט האט צו זיי געזאגט: ציט אויס (= ארויס) די קינדער ישראל פון לאנד מצרים מיט זייערע הערשאפטן.
כז. זיי זענען וואס זיי האבן גערעדט צו פרעה דער קיניג פון מצרים, אויסצוציען (= ארויסצוציען) די קינדער ישראל פון מצרים, דאס איז משה און אהרן, (וואס זיי זענען געבאטן געווארן צו גיין אין זיין שליחות).
כח. און עס איז געווען אין דעם טאג אז גאט האט גערעדט צו משה אין לאנד מצרים. (ס)

כט. האט גאט גערעדט צו משה און אים אזוי געזאגט: זאלסטו וויסן אז איך בין גאט. דו משה רעד צו פרעה מלך מצרים אלץ וואס איך רעד צו דיר.
ל. האט משה געזאגט פאר גאט: איך בין פארשטאפּטע לעפצן[3], אן ווי וועט פרעה מיך צוהערן. (פ)

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. איך בין פארשטאפּטע לעפצן (= ליפּן). אין פסוק שטייט ואני ערל שפתיים. און דער בית יהודה טייטשט דאס ווארט ואני אליין, אין בין, און דאס ווארט ערל שפתיים אליין, פארשטאפּטע לעפצן.
    אבער נישטא אזא זאץ אויף יידיש, אין יידיש קען איך זאגן איך האב פארשטאפּטע לעפצן, אדער אין בין א שטאַמלער (= שטאָמפּלער). און אויך אין לשון הקודש דער טייטש פון ערל שפתיים איז נישט פארשטאפּטע לעפצן, נאר שטאמלער. און איינער וואס האט פארשטאפּטע לעפצן, ער איז א שטאַמעלער.
  3. עיין הערה פּסוק י"ב.