פרשת בא
א. [1] האט גאט געזאגט צו משה: קום צו פרעה (און טו אים התראה אויף דער מכה פון ארבה), ווארום (= ווייל) איך האב שווער געמאכט זיין הארץ, און דאס הארץ פון זיינע קנעכט, פון וועג דעם טעם, איך זאל טאן מיינע צייכנס, (די וואס וועט ווייטער שטיין) צווישן אים.
ב. און פון וועגן (דעם אויך), כדי דא זאלסט דערציילן אין די אויערן פון דיין זון און דיין זונס זון, וואס איך האב געשפּעט אין די מצריים, און מיינע צייכנס וואס איך האב געטאן אין זיי, און איר זאלט וויסן אז איך בין גאט.
ג. איז געקומען משה מיט אהרן צו פרעה, און האבן צו אים געזאגט: אזוי האט געזאגט גאט, דער גאט פן די יידן, ביז ווי לאנג נאך, וועסטו נישט וועלן צו זיין אונערטעניק פאר מיר, שיק מיין פאלק, און לאזן זיי מיך דינען.
ד. ווארום (= ווייל) אז דא וועסט נישט וועלן שיקן מיין פאלק, זאג איך דיר, איך וועל ברענגען א היישעריק אין דייינע געמארקן.
ה. און ער וועט באדעקן די שיין פון דער ערד, (און דער וואס וועט וועלן זען די ערד), וועט ער נישט קענען זען (מחמת עס וועט זיין באדעקט מיט היישעריקן), און דער היישעריק ווען אויפעסן די איבעריקע אנטרינונג, וואס איז אייך געבליבן און איז נישט דערשלאגן געווארן פון דעם האגל, (וועט דאס היינט דער היישעריק אויפעסן), און ער וועט אויפעסן אלע פירות פון די ביימער וואס עס שפּראצט צו אייך פון דעם פעלד.
ו. און די היישעריקן וועלן דערפילן דיינע הייזער און די הייזער פון גאנצן לאנד מצרים, (און עס וועט זיין אזעלכע היישעריקן) וואס דיינע עלטערן און דיינע עלטערנס עלטערן האבן נאך אזעלכע נישט געזען, פון דעם טאג וואס זיי זענען אויף דער ערד, (כלומר פון דעם טאג וואס זענען באשאפן געווארן) ביז דעם היינטיקן טאג, (אז משה האט אויסגלאזט די רייד), האט ער זיך אוועקגעקערט און איז ארויסגעגאנגען פון פרעה.
ז. האבן געזאגט די קנעכט פון פרעה צו פרעה: ביז ווי לאנג וועט משה זיין צו אונז צו א שטרויכלוינג, שיק די ישראל און לאזן זיי דינען זייער גאט, ווייסטו דען נאך נישט, אז דאס לאנד מצרים איז שוין פארלוירן געווארן, (דורך די מכות וואס ווערט אויף אונז געשיקט דורך זיי).
ח. (און מען האט געשיקט א שליח), און מען האט אומגעקערט משה מיט אהרן צו פרעה, האט פרעה צו זיי אזוי געזאגט: גייט און דינט אייר גאט, נאר איך פרעג אייך, ווער און ווער (וועלכע מענטשן פון אייך וואס) זאלן גיין.
ט. האט משה געזאגט: מיט אונזערע יונגע לייט און מיט אונזערע אלטע לייט וועלן מיר גיין, מיט אונזערע זין און מיט אונזערע טעכטער, און מיט אונזערע רינדער, וועלן מיר גיין, ווארום (= ווייל) א פייער-טאג פון גאט איז פארהאנדן צו אונז, דרום (= דעריבער) מוזן מיר אלע גיין און אלץ מיט זיך נעמען.
י. האט פרעה געזאגט: זאל אזוי גאט מיט אייך זיין, ווי איך וועל שיקן אייך מיט אייערע קליינע קינדער, זעט אז דאס בייז (וואס איר האט אין זין צו טאן), שטייט אקעגן אייער פנים.
יא. דרום (= דעריבער) גיב איך איין אן עצה, איר זאלט נישט אזוי טאן ווי איר זאגט, איר זאלט די קליינע קינדער מיט זיך פירן, נאר גייט איר מענער, און דינט גאט, ווארום (= ווייל) דאס הטט איר ביז אהער באגערט, האט ער ארויסגעטריבן משה מיט אהרן פון פרעה. (ס)
יב. האט גאט געזאגט צו משה: נייג דיין האנט איבער דעם לאנד מצרים פון וועגן דעם היישעריק, זאל ער אויפגיין אויף דעם לאנד מצרים, און ער זאל אויפעסן גאר דאס גראז וואס וואקסט אויף דער ערד וואס דער האגל האט איבערגעלאזט (און האט נישט דערשלאגן), זאל דאס דער היישעריק אויפעסן.
יג. האט משה גענייגט זיין שטעקן איבער דעם לאנד מצרים, און גאט האט געפירט א ווינט פון מזרח זייט אין לאנד מצרים דעם לאנצן טאג און די גאנצע נאכט, און עס איז געווארן מארגן פרי, און דער מזרח ווינט האט געבראכט צו טראגן דעם היישעריק.
יד. און דער היישעריק איז אויפגעגאנגען אויף גאר דעם לאנד פון מצרים, און ער האט גערוט אין גאר דאס געמארק פון מצרים, זייער שווער, (דער היישעריק איז געווען שטארק און גרויס), פאר אים זינט די וועלט שטייט איז נאך נישט געווען, און נאך אים ביז אייביק וועט נישט זיין אזעלכער.
טו. און דער היישעריק האט באדעקט די שיין פון דעם לאנד, (מען האט נישט געקענט זען די שיין פון דער זון), דאס לאנד איז פינצטער געווארן, און ער האט אויפגעגסן גאר דאס גראז פון דעם לאנד, און אלע פירות פון דעם בוים וואס דער האגל האט איבערגעלאזט (און האט נישט גערשלאגן, האט אלץ דער היישעריק אויפגעגעסן), איז נישט געבליבן קיין שום גרין בלעטל אויף א בוים, און דאס גראז פון דעם פעלד (איז אויך נישט געבליבן), אין דעם בגאנצן לאנד פון מצרים.
טז. האט פרעה געאיילט, און געלאזט רופן משה מיט אהרן, און האט געזאגט צו זיי: איך האב געזידיקט צו אייער גאט און צו אייך.
יז.און אצונד (= יעצט) בעט איך דיך, זיי מיר מוחל מיינע זינד נאר דאס מאל, און בעט גאט אייער גאט, און ער זאל פון מיר אפּטאן (= אראפּנעמען, דערווייטערן) נאר דעם טויט, (דעם היישעריק).
יח. איז משה מיט אהרן ארויסגעגאנגען פון פרעה, און משה האט געבטן צו גאט.
יט. האט גאט פארקערט און האט געשיקט א ווינט פון מערב זייט זייער א שטארקן, און ער האט אוועקגעטראגן דעם היישעריק, און ער האט אים אריינגעווארפן אין ים סוף, עס איז נישט געבליבן איין היישעריק אין גאנצן געמארק פון מצרים.
כ. האט גאט געשטארקט דאס הארץ פון פרעה, און האט נישט געוואלט שיקן די קינדער ישראל. (פ)
כא. האט גאט געזאגט צו משה: נייג דיין האנט אקעגן דעם הימל, עס זאל זיין פינצטער אויף דעם לאנד מצרים, און דאס פינצטער זאל האבן א ממשות, (אז מען זאל קענען אנטאפּן דאס פינצטערניש).
כב. האט משה גענייגט זיין האנט קעגן דעם הימל, איז געווארן פינצטער מיט א נעפּל אין גאנצן לאנד מצרים דריי טעג.
כג. איינער דעם אנדערן פון די מצריים האט נישט געקענט זען, און קיין שום מענטש פון זיי האט נישט געקענט אויפשטיין פון זיין ארט דריי טעג, און צו די קינדער פון ישראל איז געווען ליכט דארטן, וואו זיי זענען געזעסן.
כד. און דער נאך האט פרעה געלאזט רופן משהן, און ער האט אזוי געזאגט: גייט דינט גאט, נאר אייערע שטף או ןאייער רינדער בלייבן שטיין, און אייערע קליינע קינדער זאלן אויך מיט אייך גיין.
כה. האט משה געזאגט צו פרעה: דו מוזסט אונז אויך געבן בהמות (חוץ אונזערע, מיר זאלן האבן) שעכטונגען, און בראנדאפּערס, און מיר וועלן מקריב זיין צו אונזער גאט.
כו. און אונזערע בהמות מוזן אויך מיט אונז גיין, עס זאל נישט בלייבן אפילו א קלוי פון איין בהמה, ווארום (= ווייל) פון די בהמות וועלן מיר נעמען (מקריב צו זיין קרבנות, און דערמיט וועלן מיר) גאט דינען, און מיר ווייסן נישט וואס מיר וועלן דינען אונזער גאט, ביז מיר וועלן אהין קומען.
כז. האט גאט געשטארקט דאס הארץ פון פרעה, און האט נישט געוואלט ארויסשיקן די ישראל.
כח. האט פרעה געזאגט צו אים: גיי אוועק פון מיר, היט דיך, דו זאלסט שוין מער נישט זען מיין פנים, ווארום (= ווייל) אין דעם טאג אז דא וועסט זען מיין פנים, וועסטו געטייט ווערן.
כט. האט משה געזאגט: רעכט האסטו גערעדט, איך וועל שוין מער צו דיר נישט קומען, דיין פנים זען. (פ)
|