פרשת שמות
א. [1] און דאס זענען די נעמען פון די קינדער ישראל די וואס זענען געקומען אין מצרים מיט יעקב, איטלעכער מענטש איז געקומען מיט זיין הויזגעזינד.
ב. ראובן שמעון לוי ויהודה.
ג יששכר זבולן ובנימן.
ד דן ונפתלי גד ואשר.
ה. און עס איז געווען אלע מענטשן וואס זענען געבארן געווארן זיבעציק מענטשן מיט יוסף וואס ער איז געווען (פריער) אין מצרים.
ו. און יוסף איז געשטארבן און אלע זיינע ברידער, און און דאס גאנצע דור.
ז. און די קינדער פון ישראל האבן זיך געפרוכפּערט און האבן זיך געווידמענט, און זיי האבן זיך געמערט, און זיי האבן זיך זייער געשטארקט, און דאס גאנצע לאנד מצרים איז דערפילט געווארן מיט זיי. (פ)
ח. און עס איז אויפגעשטאנען א נייער מלך אויף מצרים, וואס ער האט נישט געקטנט יוסף
ט. האט דער מלך פרעה געזאגט צו זיין פאלק: דאס פלק ישראל איז פיל און שטארקעק פון אונז.
י. (דרום זאג איך אייך: גרייט אייך אן), און לאמיר זיך קליגן וואס מיר זאלן טאן צו אים, (טאמער וועט ער זיך מערן), און עס וועט זיין אז עס וועט טרעפן א מלחמה אויף אונז, וועט ער זיך אויך מערן אויף אונזערע פייינד (צו העלפן זיי), און ער וועט אויך מלחמה האלטן מיט אונז, און ער וועט מיט געוואלד אויפגיין פון אונזער לאנד.
יא. און זיי האבן געטאן אויף דעם פאלק ישראל הארן (וואס זאלן גובה זיין ביי די ישראל) צינס[2], (און וואס זאל זיין דער צינס? זיי זאלן בויען שטעט צו פרעה פון אוצרות וועגן), פון וועגן צו פּייניקן דאס פאלק ישראל מיט זייער ארבעט (פון די מצריים) און דאס פאלק ישראל האט געבויט שטעט אוף אוצרות צו פרעה, פתום און רעמסס.
יב. און ווי די מצריים האבן געגבן זייער הארץ צו פּייניקן, אזוי איז דאס הארץ פון גאט ברוך הוא געווען צו מערן און צו שטארקן זיי, און די מצריים האבן זייער לעבן זעלבסט פארמיאוסט פון וועגן די קינדער ישראל.
יג. און די מצריים האבן געארבעט מיט די קינדער ישראל מיט א שווערע ארבעט (וואס צעברעכט דעם גוף).
יד. און זיי האבן פארביטערט זייער לעבן מיט א שווערע ארבעט, מיט ליים און מיט ציגלען, און מיט אלע ארבעט אין פעלד, אלע זייער ארבעט וואס זיי האבן געארבעט מיט זיי, איז געווען מיט א שווערע ארבעט.
טו. האט דער מלך מצרים געזאגט צו די הייבאמען פון די ישראל וואס דער נאמען פון איינע איז געווען שפרה, און דער נאמען פון דער אנדערע איז געווען פועה.
טז. ער האט געזאגט: אז איר וועט מאכן געבארן די יידישע ווייבער, און איר זאלט זען אויף דעם ארט ווי די אשה האט דאס קינד, אז דאס קינד איז א זכר, זאלט איר אים טייטן, און אויב עס איז א נקבה, זאלט איר זי לאזן לעבן.
יז. און די הייבאמען האבן זיך געפאכרטן (= מורא געהאט = זיך דערשראקן) פאר גאט, און זיי האבן נישט געטאן ווי דער מלך מצרים האט צו זיי גערעדט און זיי האבן געלאזט לעבן די קינדער, (און האבן זיי נאך אפילו דערנערט).
יח. און דער מלך מצרים האט גערופן צו די הייבאמען און האט זיי געזאגט: ווארום (= פארוואס) האט איר געטאן די דאזיקע זאך, און איר האט געלאזט לעבן די קינדער.
יט. האבן די הייבאמען געזאגט צו פרעה: ווארום (= ווייל)[3] די יידישע ווייבער זענען נישט ווי די מצריות, ווארום (= ווייל) זיי זענען אליין הייבאמען, איידער עס קומט צו זיי די הייבאם, געבארן זיי שוין דאס קינד.
כ. און גאט האט באגיטיגט[4] (= געמאכט גוט) צו די הייבאמען, און דאס פאלק ישראל האט זיך געמערט, און זיי האבן זייער געשטארקט.
כא. און עס איז געווען אז די הייבאמען האבן זיך געפארכטן (= מורא געהאט = זיך דערשראקן) פאר גאט, האט גאט צו זיי געמאכט הייזער (דאס מיינט מען, עס איז ארויסגעקומען פון זיי כהנים און לוים און מלכים וואס ווערן גערופן בתים).
כב. און פרעה האט געבאטן (= באפוילן) צו גאר זיין פאלק אזוי צו זאגן: איטלעכער זון וואס וועט געבארן ווערן (אפילו ביי די מצריים), זאלט איר אים אריינווארפן אין טייך, און אלע טעכטער זאלט איר לאזן לעבן. (פ)
|