לדלג לתוכן

חומש בית יהודה שמות יג

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ

פרשת בא

א. [1] האט גאט גערעדט צו משה, ער זאל צו דער ישראל אזוי זאגן:
ב. דו זאלסט הייליקן צו מיר אלע בכורים (אלע ערשטע קינדער זכרים), וואס א יידישע מוטער וועט געבארן זאלסטו מיר הייליקן פון די קינדער ישראל, סיי די בכורים פון מענטשן אדער בהמות געהרן צו מיר.
ג. האט משה געזאגט צום פאלק ישראל: געדענק דעם טאג וואס איר זענט ארויסגעגאנגען פון מצרים, פון דעם הויז וואס איר זענט דארט געווען קנעכט. ווארום מיט שטארקער מאכט האט אייך גאט אויסגצויגן (= ארויסגעצויגן, ארויסגענומען) פון מצרים, און עס זאל (אלע יאר אין דעם טאג), חמץ נישט געגעסן ווערן.
ד. (משה רבינו האט געזאגט צו דער ישראל: זעט וואס פאר א חסד גאט האט מיט אייך געטאן), איר גייט היינט (אין אזוי א גוטע צייט ארויס פון מצרים) אין דעם חודש איז נישט הייס און נישט קאלט און נישט רעגענדיק.
ה. און עס וועט זיין אז גאט וועט דיך ברענגען צו דעם לאנד (וואס וואוינען אצונד דארט די אומות) דער כנעני, און דער חתי, און דער אמורי, און דער חוי, און דער יבוסי, וואס גאט האט געשוואוירן צו דיינע עלטערן ער זאל דיר געבן דאס לאנד וואס (פון די ציגן) רינט מילך, און (פון די טייטלען) רינט האניק, און דו זאלסט דינען די דינסט אין דעם חודש, (דא זאלסט מאכן א קרבן פסח אין חודש ניסן).
ו. זיבן טעג זאלסטו עסן מצות און אין דעם זיבטן טאג זאל זיין א פייער טאג צו גאט.
ז. אין די זיבן טאג פסח זאל געגעסן ווערן מצות, (און אויך אנדערע זאכן וואס איז נישט חמץ). און עס זאל ביי דיר נישט געזען ווערן חמץ, און עס זאל נישט געזען ווערן צו דיר זויער טייג אין אלע דיינע געמארקן.
ח. און דא זאלסט זאגן צו דיין זון אים דעם טאג אזוי צו זאגן: ווייל איך האב אויף מיר גענומען צו האלטן די מצות פון פסח מצה ומרור, האט גאט מיר געטאן דאס נס, אז איך בין ארויסגעגאנגען פון מצרים.
ט. און עס זאל זיין צו דיר צו א צייכן אויף דיין האנט און צו א געדעכעניש צווישן דיינע אויגן, פון וועגן עס זאל זיין גאט'ס תורה אין דיין מויל, (דא זאלסט תמיד לערנען גאט'ס תורה), ווארום (= ווייל) מיט גרויסער מאכט האט דיך גאט אויסגעצויגן (= ארויסגעצויגן, ארויסגענומען) פון מצרים. (פ)

י. און דו זאלסט היטן דאס געזעץ (פון מצות תפילין און די מצוה פון פסח), צו איר צייט. (תפילין זאל מען לייגן אלע טאג, און פסח זאל מען מאכן) פון א יאר צום אנדערן יאר, (אלע יאר אין דעם פערצנטן טאג אין ניסן זאלט איר מאכן א קרבן פסח, און זאלט עסן מצות).
יא. און עס וועט זיין אז גאט וועט דיך ברענגען צו דעם לאנד וואס זיצט דארט דער כנעני, אזוי ווי גאט האט געשוואוירן צו דיר און צו דיינע עלטערן. (ער זאל דיך ברענגען צו דעם לאנד), און ער וועט דאס לאנד געבן צו דיר.
יב. און דו זאלסט אפּשיידן אלע (בכורים) וואס ווערן צום ערשטן געבארן צו גאט, און אלע ערשטע קעלבער[2] זכרים וואס דיינע בהמות וועלן געבערן (= געבארן) זאל זיין צו גאט.
יג. און אלע בכורים פון אן אייזל, זאלסטו אויסלייזן מיט א לעמעל, מען זאל געבן דעם כהן א לעמל, און דער בכור איז שוין מותר בהנאה צו דער ישראל, און אז דו וועסט אים נישט אויסלייזן, זאלסטו אים אפּהאקן דעם האלדז אין א קון (= האקמעסער), און אלע בכורים פון מענטשן אין דיינע זין, זאלסטו אויסלייזן.
יד. און עס וועט זיין אז דיין זון וועט דיך פרעגן מארגן, (און וועט צו דיר זאגן): וואס באדייט די מצות פון די בכורים? זאלסטו צו אים זאגן: מיט א שטארקער מאכט האט אונז גאט אויסגעצויגן (= ארויסגעצויגן, ארויסגענומען) פון מצרים, פון א הויז וואס מער זענען געווען קנעכט.
טו. און עס איז געווען אז פרעה האט געשטארט זיין הארץ און האט נישט געוואלט שיקן אונז, האט גאט געהרגעט אלע בכורים אין מצרים, פון די בכורים פון מענטשן ביז די בכורים פון בהמות, דרום (= דעריבער) , טו איך שעכטן און מקריב זיין אלע בכורים פון די בהמות וואס זענען זכרים, צו גאט, און אלע בכורים פון מיינע זין טו איך אויסלייזן.
טז. און יציאת מצרים זאל זיין א צייכן אויף דיין האנט, (אין תפילין של יד זאל זיין געשריבן די פרשה פון יציאת מצרים), און צו תפילין צווישן דיינע אויגן, (אין תפילין של ראש זאל זיין אויך געשריבן די פרשה). ווארום מיט א שטארקער מאכט האט אונז גאט אויסגעצויגן (= ארויסגעצויגן, ארויסגענומען) פון מצרים, דרום (= דעריבער) זאל מען לייגן תפילין וואס אין זיי שטייט יציאת מצרים, כדי מיר זאלן זיך דערמאנען די ניסים וואס גאט ב"ה האט אונז געטאן, און מען זאל זיי דערציילן. (ס)

פרשת בשלח

יז. און עס איז געווען ווען פרעה האט ארויסגעשיקט דאס פאלק ישראל פון זיין לאנד, האט זיי גאט נישט געפירט נאך ארץ ישראל מיט דעם וועג וואס גייט דורך דעם לאנד פלשתים, ווארום דאס איז א נאנטער וועג, און עס איז גרינג אומצוקערן זיך מיט דעם וועג נאך מצרים. (אדער דער פשט פון כי קרוב הוא, כאטש דורך לאנד פלשתים איז נענטער צו ארץ ישראל איידער מיט דעם וועג וואס גאט האט זיי גפירט, האט ער זיי פארט געוואלט פירן דורך דעם וועג[3]), ווארום (גאט האט געטראכט), טאמער (וועט זיך באראטן) דאס פאלק ישראל (און) וועלן חרטה האבן (וואס זיי זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים, פארוואס?) אז זיי וועלן זען א מלחמה (אז די פלשתים וועלן מיט זיי וועלן מלחמה האלטן), וועלן זיי זיך אומקערן נאך מצרים, (ווייל עס איז א נאנטער וועג).
יח. (דעריבער) האט גאט געמאכט ארומרינגלען דאס פאלק ישראל (דורך א קרומען וועג), דורך דעם מדבר ים סוף, (וועלן זיי זיך נישט קאנען גרינג אויסקערן). און געוואפענע מיט כלי זין, זענען אויפגעגאנגען די קינדער ישראל פון דעם לאנד מצרים. (נאך א פירוש איז: אין פינפטל, כלומר א פינפטער חלק פון די ישראל זענען נאר ארויסגעגאנגען פון מצרים, און פיר חלקים זענען געשטארבן אין די דריי טעג פון חושך, מחמת זיי האבן נישט געוואלט ארויסגיין פון מצרים.
יט. און משה האט גענומען די ביינער פון יוסף מיט אים, ווארום באשווערן ער האט באשוואוירן זיינע קינדער, (אז זיי זאלן באשווערן זייערע קינדער), ער האט אזוי געזאט: געדעקנען, ער וועט געדענקען גאט אייך, און זאלט איר אויפברענגען מיינע ביינער פון דאנען מיט אייך.
כ. און זיי האבן געצויגן (= געפארן) פון סוכות און זיי האבן גערוט אין דעם ארט איתם אין עק מדבר. כא. און גאט האט געפירט פאר זיי בייטאג מיט דער זייל פון וואלקן, ער זאל זיי פירן אויף דעם וועג וואס זיי וועלן זיין, און ביי דער נאכט האט ער זיי געפירט מיט דער זייל פון פייער צו לייכטן, (עס זאל זיי זיין לעכטיק ביי דער נאכט צו גיין). כדי זיי זאלן קאנען גיין בייטאג און ביינאכט.
כב. גאט ב"ה האט נישט געמאכט אפּטאן (= אראפּנעמען, דערווייטערן) דעם עמוד הענן בייטאג און דעם עמוד אש ביינאכט, פון פאר דעם פאלק ישראל. (פ)

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז דע ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צולייגן אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. און אלע ערשטע קעלבער זכרים וואס דיינע בהמות וועלן געבערן, צ"ע פארוואס זאגט ער נאר קעלבער און נישט אלע בהמות.
  3. דער חילוק צווישן צויי פּשעלעך איז: צו דעם ערשטן פּשעטל, כי קרוב הוא, איז אן ענפעטר אויף דער פראגע פארוואס גאט האט נישט גפירט די יידן דורך לאנד פלשתים? ווייל דאס איז א נאנטער וועג, און עס איז גרינג אומצוקערן זיך מיט דעם וועג נאך מצרים. און דער המשך הפסוק כי ינחם העם בראותם מלחמה ושבו מצרים, דאס איז א הסבר פארוואס די יידן וועלן טראכטן אומצוקערן זיך אין מצרים. און לויט דעם צווייטן פּשעטל, כי קרוב הוא, דאס איז א פראגע, פארוואס דער גאט האט נישט גפירט די יידן דורך לאנד פלשתים, איז דאך נענטער? אויף דעם ענטפער דעם פסוק כי ינחם העם בראותם מלחמה ושבו מצרים.