לדלג לתוכן

חומש בית יהודה שמות כ

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ

פרשת יתרו

א. [1] האט גאט גערעדט גאר די רייד (די אלע עשרת הדברים), אזוי צו זאגן. (ס)

ב. אין בין גאט דיין גאט, וואס האט דיך אויסגעצויגן (= ארויסגעצויגן = ארויסגענועמן) פון דעם לאנד מצרים, פון דעם הויז פון (פרעה, וואס איר זענט געווען צו אים) קנעכט.
ג. עס זאל נישט זיין צו דיר אנדערע געטער, ז(יי זענען נישט געטער נאר אנדערדע האבן זיי געמאכט אויף זיך פאר געטער), ביז וואנען איך לעב טארט איר נישט האבן קיין אפּגעטער, (און איך לעב דאך אייביק).
ד. דו זאלסט נישט מאכן צו דיר א בילד (וואס איז אויסגהאקט פון האלץ אדער פון אנדערע זאכן), און אלע געשטאלט וואס איז אויף דעם הימל פון אויבן, אדער (אזוי א געשטאלט ווי עס איז) אויף דער ערד פון אונטן, אדער (אזוי א געשטאלט) וואס איז אין וואסער אונטער דער ערד, (טארסטו אלץ נישט מאכן אזעלכע געשטאלן פאר עבודת כוכבים).
ה. (און אז אן אנדערער האט עס געמאכט), זאלסטו דיך צו זיי נישט בוקן, און זאלסטו זיי נישט דינען, ווארום גאט דיין גאט (איז אזוי א גאט וואס ער) רעכענט און שטראפט דערפאר, ער באפעלט די עבירות פון דעם פאטער אויף די קינדער אויף דריטן געבורט (דאס מיינט מען אייניקלעך), און אויף פערטן געבורט (דאס מיינט אור אייניקלעך צו באצאלן זיי, ווען?) צו מיינע פיינד. (אז די קינדער זענען אויך שלעכט אקעגן גאט, אבער אז די קינדער זענען צדיקים שטראפט ער זיי נישט פאר דעם פאטער).
ו. ער באצאלט שכר פאר מעשים טובים, צו צוויי טויזנט דורות, צו מיינע ליב האבער און צו די וואס היטן מיינע מצות. (ס)

ז. דו זאלסט נישט שווערן ביי דעם נאמען פון דיין גאט צו אומזיסט, ווארום גאט איז נישט מוחל דעם וואס ער שווערט ביי זיין נאמען אומזיסט. (פ)

ח. געדענק דעם טאג פון שבת, צו הייליקן אים.
ט. (נאר) זעקס טעג זאלסטו ארבעטן און טאן אלע דיין מלאכה.
י. און דעם זיבטן טאג, רואונג פון דיין גאטס וועגן, דו זאלסט (אום שבת) נישט טאן קיין מלאכה, דו און דיין זין און דיין טאכטער, דיין קנעכט (וואס איז א נכרי), און דיין דינסט (וואס זי איז א כנענעית), און דיינע בהמות (זאלסטו אפּהיטן זיי זאלן נישט טאן קיין מלאכה אום שבת), און דיין גר וואס ער איז און דיינע שטעט (זאל אויך נישט טאן קיין מלאכה).
יא. (און פארוואס זאלסטו נישט טאן קיין מלאכה אום שבת), ווארום זעקס טאג האט גאט באשאפן הימל און ערד, דעם ים און אלע זאכן וואס איז אין זיי, און אין דעם זיבטן טאג האט ער גערוט, דרום (= דעריבער) האט געבענטש גאט דעם טאג שבת און ער האט אים געהייליקט. (ס)

יב. דו זאלסט ערלעך האלטן דיין פאטער און דיין מוטער, (אז דו זאלסט זיי ערלעך האלטן) וועלן דערלענגערט ווערן דיינע טעג, (דו וועסט לאנג לעבן) אויף דער ערד וואס גאט דיין גאט וועט דיר געבן. (ס)

יג. דו זאלסט נישט הרגענען (א מענטש). (ס) דו זאלסט נישט מזנה זיין (מיט א פרעמדע פרוי). (ס) דו זאלסט נישט גנגענען (א מענטש און פארקויפן אים). (ס) דו זאלסט נישט עדות זאגן צו דיין חבר א פאלש עדות. (ס)

יד. דו זאלסט נישט גלוסטן דיין חברס הויז. (ס) דו זאלסט נישט גלוסטן דיין חברס ווייב, און זיין קנעכט, און זיין דינסטמויד, און זיין אקס, און זיי אייזל, און אלע זאכן וואס דיין חבר האט (טארסטו נישט גלוסטן). (פ)

טו. און גאר דאס פאלק האבן געזען די קולות (פון גאט ב"ה), און די פלאקערן און דאס קול שופר (האבן זיי אויך געזען), און דעם בארג ווי ער האט זיך גערייכרט. האט דאס פאלק געזען, און זיי זענען פארוואגלט געווארן, (כלומר זיי האבן זיך דערשראקן), און זיי האבן זיך געשטעלט פון ווייטן.
טז. האבן די ישראל געזאגט צו משה: רעד דו מיט אונז וועלן מיר עס הערן, און גאט זאל נישט רעדן מיט אונז, (ווארום אז גאט וועט מיט אונז ווייטער רעדן, האבן מיר מורא) טאמער וועלן מיר שטארבן (פאר פחד).
יז. האט משה געזאגט צום פאלק: איר זאלט זיך נישט פארכטן, ווארום פון וועגן דערהייבן אייך, איז גאט געקומען (רעדן מיט אייך), און (נאך א טעם), פון וועגן עס זאל זיין, זיין פארכט אויף אייער פּנים, כדי איר זאלט נישט זינדיקן.
יח. און דאס פאלק איז געשטאנען פון ווייטן, און משה האט גענענט צום נעפּל וואס דארטן איז גאט. (ס)

יט. האט גאט גאזאגט צו משה: אזוי זאלסטו זאגן צו די קינדער ישראל, איר האט דאך אליין געזען אז איך האב מיט אייך אליין גערעדט פון דעם הימל, דרום זאג איך אייך:
כ. איר זאלט נישט מאכן אפּגעטער פון זילבער, אדער אפּגעטער פון גאלד, זאלט איר נישט מאכן צו אייך. כא. א מזבח אויף דער ערד זאלסטו מאכן צו מיר, (דו זאלסט נישט בויען אים אויף זיילן, נאר ער זאל שטיין אויף דער ערד), און דו זאלסט שעכטן אויף אים דיינע עולות, און דיינע שלמים, (וואס זיי זענען פון) דיינע שאף, און פון דיינע רינדער. אויף איטלעכן ארט (דאס מיינט מען אין בית המקדש), וואס איך וועל דיר געבן רשות צו דערמאנען מיין נאמען (דעם שם המפרש), וועל איך קומען צו דיר און וועל דיך בענטשן, (איך וועל דארטן מאכן רוען מיין שכינה).
כב. און אז דו וועסט מיר מאכן א מזבח פון שטיינער, זאלסטו זיי נישט בויען פון געהאקטע שטיינער, טאמער וועסטו אויפהייבן דיין שווער אויף זיי, (דו זאלסט זיי אפּהאקן), האסטו זיי געמאכט פסול צום מזבח.
כג. און דו זאלסט נישט אויפגיין מיט טרעפּ אויף מיין מזבח, עס זאל נישט אנטפּלעקט ווערן דיין ערוה אויף אים. (מחמת דעם וואס מען דארף גיין פון איין טרעפּ אויף דעם אנדערן טרעפּ, מוז מען צו שפּאנען[2] (= צעעפענען) די פיס, ווערט די ערוה געזען, און דאס איז א בזיון פאר די שטיינער.

ביאורי פסוקים

הערות שוליים

  1. די ווערטער וואס זיינען אין אזעלכע (קלאמערן), דאס איז די ווערטער פון חומש בית יהודה, נאר ווייל זיי זיינען נישט דער טייטש פון די ווערטער, נאר זיי זיינען צוגעלייגט אויף דעם פסוק כדי מבאר צו זיין דעם פסוק, דעריבער איך האב זיי אריינגעלייט אין ( ). און אזעלכע (= קלאמערן), איך האב אריינגעלייגט מבאר צו זיין א פאר ווערטער.
  2. מוז מען צו שפּאנען די פיס: ער מייט צו פארברייטערן די טריט, און צו פארגערעסערן דעם רוים צווישן די פיס. און דער ריכטיקער טייטש איז צעעפענען, ווייל שפּאנען איז צו גיין א טריט נאך א טריט. (לפסוע אין לש"ק). אה"נ ווען ער שפּאנט עס איז גורם אז זיינע פיס ווערן צעעפענט.