טייטש יהואש שמות פרק ח

פֿון װיקיביבליאָטעק

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ (חומש בית יהודה ווערסיע שמות ח)


/8:1 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן: זאָג צו אַהרֹנען: שטרעק אױס דײַן האַנט מיט דײַן שטעקן אױף די שטראָמען, אױף די טײַכן, און אױף די געמױזעכצן, און ברענג אַרױף פרעש אױפֿן לאַנד מִצרַיִם. /8:2 און אַהרן האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט אױף די װאַסערן פֿון מִצרַיִם, און די פרעש זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען, און האָבן באַדעקט דאָס לאַנד מִצרַיִם. /8:3 האָבן די חַרטומים געטאָן דעס גלײַכן מיט זײערע פֿאַרבאָרגענע קונצן, און זײ האָבן אַרױפֿגעבראַכט פרעש אױפֿן לאַנד מִצרַיִם. /8:4 און פַּרעה האָט גערופֿן משהן און אַהרֹנען, און האָט געזאָגט: בעט צו {dn יהוה}, ער זאָל אָפּטאָן די פרעש פֿון מיר און פֿון מײַן פֿאָלק, און איך װעל אַװעקלאָזן דאָס פֿאָלק, זײ זאָלן שלאַכטן צו {dn יהוה}. /8:5 האָט משה געזאָגט צו פַּרעהן: האָב דעם כּבוד איבער מיר; אױף װען זאָל איך בעטן פֿאַר דיר, און פֿאַר דײַנע קנעכט, און פֿאַר דײַן פֿאָלק, צו פֿאַרשנײַדן די פרעש פֿון דיר, און פֿון דײַנע הײַזער, אַז נאָר אין טײַך זאָלן זײ בלײַבן? /8:6 האָט ער געענטפֿערט: אױף מאָרגן. האָט ער געזאָגט: אַזױ װי דײַן װאָרט! כּדי זאָלסט װיסן, אַז ניטאָ אַזאַ װי {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}. /8:7 און די פרעש װעלן זיך אָפּטאָן פֿון דיר, און פֿון דײַנע הײַזער, און פֿון דײַנע קנעכט, און פֿון דײַן פֿאָלק; נאָר אין טײַך װעלן זײ בלײַבן. /8:8 זײַנען משה און אַהרן אַרױסגעגאַנגען פֿון פַּרעהן, און משה האָט געשריען צו {dn גאָט} פֿון װעגן די פרעש װאָס ער האָט אַרױפֿגעטאָן אױף פַּרעהן. /8:9 און {dn גאָט} האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן, און די פרעש זײַנען אױסגעשטאָרבן פֿון די הײַזער, פֿון די הױפן, און פֿון די פֿעלדער. /8:10 און מע האָט זײ צונױפֿגעשאַרט הױפנס אױף הױפנס, און דאָס לאַנד איז פֿאַרשטונקען געװאָרן. /8:11 און װי פַּרעה האָט געזען, אַז עס איז געװאָרן אַ דערלײַכטערונג, אַזױ האָט ער האַרט געמאַכט זײַן האַרץ, און האָט ניט צוגעהערט צו זײ; אַזױ װי {dn גאָט} האָט גערעדט. /8:12 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן: זאָג צו אַהרֹנען: שטרעק אױס דײַן שטעקן, און שלאָג דעם שטױב פֿון דער ערד, און ער זאָל װערן אומגעציפער אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. /8:13 האָבן זײ אַזױ געטאָן; און אַהרן האָט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט מיט זײַן שטעקן, און ער האָט געשלאָגן דעם שטױב פֿון דער ערד, און עס איז געװאָרן אומגעציפער אױף מענטשן און אױף בהמות; דער גאַנצער שטױב פֿון דער ערד איז געװאָרן אומגעציפער אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. /8:14 און די חַרטומים האָבן דעס גלײַכן געאַרבעט מיט זײערע פֿאַרבאָרגענע קונצן אַרױסצוברענגען אומגעציפער, אָבער זײ האָבן ניט געקענט. און דאָס אומגעציפער איז געװען אױף מענטשן און אױף בהמות. /8:15 און די חַרטומים האָבן געזאָגט צו פַּרעהן: אַ פינגער פֿון {dn גאָט} איז דאָס. אָבער פַּרעהס האַרץ איז געבליבן פֿעסט, און ער האָט ניט צוגעהערט צו זײ; אַזױ װי {dn גאָט} האָט גערעדט. /8:16 און {dn גאָט} האָט געזאָגט צו משהן: פֿעדער זיך אין דער פֿרי, און שטעל זיך פֿאַר פַּרעהן; זע, ער גײט אַרױס צום װאַסער, זאָלסטו זאָגן צו אים: אַזױ האָט {dn גאָט} געזאָגט: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן מיר דינען. /8:17 װאָרום אױב דו לאָזט ניט אַװעק מײַן פֿאָלק, אָט שיק איך אָן אױף דיר, און אױף דײַנע קנעכט, און אױף דײַן פֿאָלק, און אין דײַנע הײַזער, אַ געמיש פליגן, און די הײַזער פֿון מִצרַיִם װעלן אָנגעפֿילט װערן מיט דעם געמיש פליגן, און אױך די ערד װאָס זײ זײַנען אױף איר. /8:18 און איך װעל אָפּזונדערן אין יענעם טאָג דאָס לאַנד גוֹשֶן, װאָס מײַן פֿאָלק האַלט זיך אױף דערין, אַז דאָס געמיש פליגן זאָל דאָרטן ניט זײַן, כּדי זאָלסט װיסן, אַז איך, {dn יהוה}, בין אין לאַנד. /8:19 און איך װעל מאַכן אַן אָפּשײדונג צװישן מײַן פֿאָלק און צװישן דײַן פֿאָלק. אױף מאָרגן װעט געשען דערדאָזיקער צײכן. /8:20 און {dn גאָט} האָט אַזױ געטאָן: און עס איז געקומען אַ געדיכט געמיש פליגן אין הױז פֿון פַּרעהן, און אין הױז פֿון זײַנע קנעכט, און אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם. דאָס לאַנד איז פֿאַרװיסט געװאָרן פֿון װעגן דעם געמיש פליגן. /8:21 האָט פַּרעה גערופֿן משהן און אַהרֹנען, און האָט געזאָגט: גײט שלאַכט צו אײַער {dn גאָט} אין לאַנד. /8:22 האָט משה געזאָגט: עס איז ניט רעכט אַזױ צו טאָן, װאָרום די אומװערדיקײט פֿון די מִצרים װעלן מיר שלאַכטן צו {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}; זע, אַז מיר װעלן שלאַכטן די אומװערדיקײט פֿון די מִצרים פֿאַר זײערע אױגן, צי װעלן זײ אונדז ניט פֿאַרשטײנען? /8:23 דרײַ טעג װעגס װעלן מיר גײן אין דער מדבר, און מיר װעלן שלאַכטן צו {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}, אַזױ װי ער װעט אונדז הײסן. /8:24 האָט פַּרעה געזאָגט: איך װעל אײַך אַװעקלאָזן, איר זאָלט שלאַכטן צו {dn יהוה} אײַער {dn גאָט} אין דער מדבר, נאָר זײער װײַט זאָלט איר ניט גײן. בעט פֿאַר מיר. /8:25 האָט משה געזאָגט: זע, איך גײ אַרױס פֿון דיר, און װעל בעטן צו {dn יהוה}, אַז דאָס געמיש פליגן זאָל זיך מאָרגן אָפּטאָן פֿון פַּרעהן, פֿון זײַנע קנעכט, און פֿון זײַן פֿאָלק; זאָל אָבער פַּרעה ניט װידער מאַכן געשפּעט, ניט אַװעקצולאָזן דאָס פֿאָלק צו שלאַכטן צו {dn יהוה}. /8:26 און משה איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פַּרעהן, און האָט געבעטן צו {dn גאָט}. /8:27 און {dn גאָט} האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן, און האָט אָפּגעטאָן דאָס געמיש פליגן, פֿון פַּרעהן, פֿון זײַנע קנעכט, און פֿון זײַן פֿאָלק; ניט אַן אײנציקע איז געבליבן. /8:28 אָבער פַּרעה האָט אױך דאָס מאָל האַרט געמאַכט זײַן האַרץ, און האָט ניט אַװעקגעלאָזן דאָס פֿאָלק.



ביאורי פסוקים