טייטש יהואש שמות פרק ה

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י

שמות פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ (חומש בית יהודה ווערסיע שמות ה)


/5:1 און דערנאָך זײַנען משה און אַהרן געקומען, און האָבן געזאָגט צו פַּרעהן: אַזױ האָט געזאָגט {dn יהוה}, דער {dn גאָט} פֿון ישׂראל: לאָז אַװעק מײַן פֿאָלק, זײ זאָלן האַלטן אַ יָום-טובֿ צו מיר אין דער מדבר. /5:2 האָט פַּרעה געזאָגט: װער איז {dn יהוה}, אַז איך זאָל צוהערן צו זײַן קָול, אַװעקצולאָזן ישׂראל? ניט איך קען {dn יהוה}, און ניט איך װעל אױך אַװעקלאָזן ישׂראל. /5:3 האָבן זײ געזאָגט: דער {dn גאָט} פֿון די עִבֿרים האָט זיך געטראָפן פֿאַר אונדז. לאָמיר, איך בעט דיך, גײן דרײַ טעג װעגס אין דער מדבר, און מיר װעלן שלאַכטן צו {dn יהוה} אונדזער {dn גאָט}, כּדי ער זאָל אונדז ניט פּלאָגן מיט אַ מגפה אָדער מיט שװערד. /5:4 האָט דער מלך פֿון מִצרַיִם צו זײ געזאָגט: נאָך װאָס, משה און אַהרן, רײַסט איר אָפּ דאָס פֿאָלק פֿון זײַן אַרבעט? גײט צו אײַערע לאַסטאַרבעט. /5:5 און פַּרעה האָט געזאָגט: דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד איז שױן אַצונד אױך צו פיל, און איר װילט זײ נאָך שטערן פֿון זײערע לאַסטאַרבעט. /5:6 און פַּרעה האָט באַפֿױלן אין יענעם טאָג די צװינגערס אין דעם פֿאָלק, און זײַנע אױפֿזעערס, אַזױ צו זאָגן: /5:7 איר זאָלט מער ניט געבן דעם פֿאָלק שטרױ אױף צו מאַכן די ציגל, אַזױ װי נעכטן-אײערנעכטן. זײ אַלײן זאָלן גײן, און זיך אָנקלײַבן שטרױ. /5:8 און די צאָל ציגל, װאָס זײ האָבן געמאַכט נעכטן-אײערנעכטן, זאָלט איר אַרױפֿלײגן אױף זײ; איר זאָלט דערפֿון ניט מינערן; װאָרום פױל זײַנען זײ, דרום שרײַען זײ, אַזױ צו זאָגן: מיר װילן גײן שלאַכטן צו אונדזער {dn גאָט}. /5:9 זאָל די אַרבעט שװערער זײַן אױף די לײַט, אַז זײ זאָלן זײַן פֿאַרטאָן מיט איר, און זיך ניט פֿאַרנעמען מיט פֿאַלשע גערײדן. /5:10 זײַנען אַרױסגעגאַנגען די צװינגערס פֿון דעם פֿאָלק, און זײַנע אױפֿזעערס, און האָבן געזאָגט צום פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט פַּרעה: איך גיב אײַך ניט קײן שטרױ. /5:11 גײט איר, קריגט אײַך שטרױ פֿון װוּ איר קענט געפֿינען; װאָרום פֿון אײַער אַרבעט װערט גאָרנישט געמינערט. /5:12 האָט זיך דאָס פֿאָלק צעשפּרײט איבערן גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, צו קלײַבן זאַנגװאָרצל פֿאַר שטרױ. /5:13 און די צװינגערס האָבן געטריבן, אַזױ צו זאָגן: ענדיקט אײַערע טאָגטעגלעכע אַרבעט, אַזױ װי בעת עס איז געװען שטרױ. /5:14 און די אױפֿזעערס פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, װאָס די צװינגערס פֿון פַּרעהן האָבן אױפֿגעזעצט איבער זײ, האָבן געקריגן געשלאָגן, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס האָט איר ניט געענדיקט אײַער סכום ציגל אַזױ װי פֿריער, אי נעכטן אי הײַנט? /5:15 זײַנען געקומען די אױפֿזעערס פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און האָבן געשריען צו פַּרעהן, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָס טוסטו אַזױ צו דײַנע קנעכט? /5:16 קײן שטרױ װערט ניט געגעבן דײַנע קנעכט, און מע הײסט אונדז: מאַכט ציגל; און זע, דײַנע קנעכט קריגן געשלאָגן, און די שולד איז אין דײַן פֿאָלק. /5:17 האָט ער געזאָגט: פױל זײַט איר, פױל; דרום זאָגט איר: מיר װילן גײן שלאַכטן צו {dn יהוה}. /5:18 און אַצונד, גײט אַרבעט, װאָרום קײן שטרױ װעט אײַך ניט געגעבן װערן, און די צאָל ציגל מוזט איר צושטעלן. /5:20 האָבן די אױפֿזעערס פֿון די קינדער פֿון ישׂראל זיך געזען אין אַן אומגליק, צו מוזן זאָגן: איר טאָרט ניט מינערן פֿון אײַערע טאָגטעגלעכע ציגל. /5:20 און זײ האָבן געטראָפן משהן און אַהרֹנען, שטײענדיק אַקעגן זײ, בײַ זײער אַרױסגײן פֿון פַּרעהן; /5:21 און זײ האָבן צו זײ געזאָגט: זאָל {dn גאָט} אַראָפּקוקן אױף אײַך, און משפּטן, װאָס איר האָט פֿאַרמיאוסט אונדזער ריח אין די אױגן פֿון פַּרעהן, און אין די אױגן פֿון זײַנע קנעכט, צו געבן אַ שװערד אין זײער האַנט אונדז צו הרגען. /5:22 האָט משה זיך צוריקגעקערט צו {dn גאָט}, און האָט געזאָגט: {dn גאָט}, פֿאַר װאָס טוסטו שלעכטס דעם דאָזיקן פֿאָלק? צו װאָס גאָר האָסטו מיך געשיקט? /5:23 אַז זינט איך בין געקומען צו פַּרעהן, צו רעדן אין דײַן נאָמען, באַגײט ער זיך נאָך ערגער מיט דעם דאָזיקן פֿאָלק, און מציל זײַן האָסטו ניט מציל געװען דײַן פֿאָלק.



ביאורי פסוקים