טייטש יהואש תהלים פרק קה
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ (אנדערע ווערסיעס פון תהלים קה)
- א גיט אַ דאַנק צו גאָט, רופט זיין נאָמען,
- לאָזט וויסן צווישן די פעלקער זיינע טואוננען.
- ב זינגט צו אים, שפּילט צו אים,
- רעדט פון אַלע זיינע וואונדער.
- ג רימט אייך מיט זיין הייליקן נאָמען;
- זאָל זיך פרייען דאָס האַרץ פון די וואָס זוכן גאָט.
- ד פאָרשט גאָט און זיין שטאַרקייט,
- זוכט זיין פּנים תּמיד.
- ה דערמאָנט זיינע וואונדער וואָס ער האָט געטאָן,
- זיינע צייכנס, און די משפטים פון זיין מויל,
- ו איר זאָמען פון אברהם זיין קנעכט,
- איר קינדער פון יעקב, זיינע אויסדערוויילטע.
- ז ער איז יהוה אונדזער גאָט,
- איבּער דער גאַנצער ערד זיינען זיינע משפטים.
- ח ער געדענקט אייבּיק זיין בּונד,
- דאָס וואָרט וואָס ער האָט באַפוילן אויף טויזנט דורות;
- ט וואָס ער האָט געשלאָסן מיט אברהמען,
- און זיין שבועה צו יצחקן.
- י און ער האָט עס אויפגעשטעלט פאַר אַ חק צו יעקב,
- פאַר אן אייבּיקן בּונד צו ישראל,
- יא אזוי צו זאָגן: דיר וועל איך געבּן דאָס לאַנד כּנען,
- דער טייל פון אייער נחלה.
- יב אז איר זייט געווען מענטשן געציילטע,
- ווינציק און פרעמדע דערין,
- יג און זיי זיינען אומגעגאנגען פון פאָלק צו פאָלק,
- און פון איין קינינרייך צו אַן אַנדער אומה,
- יד האָט ער ניט געלאָזן אַ מענטשן זיי דריקן,
- און האָט געשטראָפט מלכים וועגן זיי:
- טו איר זאָלט ניט אָנרירן מיינע געזאַלבּטע,
- און מיינע נביאים ניט זאָלט איר בּייז טאן.
- טז און ער האָט גערופן א הונגער אויפן לאַנד,
- יעטוועדער אונטערלען פון בּרויט האט ער צעבראָכן.
- יז ער האט זיי פאַרויס געשיקט אַ מאַן:
- פאַר א קנעכט איז פאַרקויפט געוואָרן יוסף.
- יח מען האט געפּייניקט אין קייטן זיין פוס,
- אין אייזן איז אריינגעטאָן געוואָרן זיין לייבּ;
- יט ביז דער צייט וואָס זיין וואָרט איז געשען,
- האָט דער באַפעל פון גאָט אים געפּרוווט.
- כ דער מלך האָט געשיקט און אים לויז געלאָזט,
- דער געוועלטיקער פון פעלקער - און אים פריי געמאַכט.
- כא ער האָט אים געמאַכט פאר אַ האַר איבּער זיין הויז,
- און פאַר א געוועלטיקער איבּער זיין גאַנצן אייגנס,
- כב צו בּינדן זיינע האַרן לויט זיין באַראָט,
- און זיינע עלטסטע זאָל ער קליגן.
- כג און ישראל איז געקומען קיין מצרים.
- און יעקב האָט זיך אויפגעהאַלטן אין לאַנד חָם.
- כד און ער האָט זייער געפרוכפּערט זיין פאָלק,
- און זיי געמאַכט שטאַרקער פון זייערע דריקער.
- כה ער האָט פאַרקערט זייער האַרץ פיינט צו האָבן זיין פאָלק,
- זיך צו קליגן אקעגן זיינע קנעכט.
- כו ער האָט געשיקט משה זיין קנעכט,
- אהרנ'ען וועמען ער האָט אויסדערוויילט.
- כז האָבן זיי געמאַכט צווישן זיי די זאַכן פון זיינע צייכנס,
- און וואונדער אין לאַנד פון חָם.
- כח ער האָט אָנגעשיקט פינצטערניש און פינצטער געמאַכט;
- און זיי האָבן ניט ווידערשפּעניקט זיין וואָרט.
- כט ער האט פאַרקערט זייערע וואַסערן אין בּלוט,
- און האָט געטייט זייערע פיש.
- ל זייער לאַנד האט געווידמענט פרעש,
- בּיז אין די קאַמערן פון זייערע מלכים.
- לא ער האָט געהייסן, און אַ געמיש פליגן איז געקומען,
- אומגעציפער אין זייער גאַנצן געמאַרק.
- לב האָט געגעבּן אַנשטאָט זייערע רעגנס האָגל,
- אַ פלאַמפייער אין זייער לאַנד.
- לג און ער האָט איינגעשלאָגן זייער וויינשטאָק און זייער פייננבּוים,
- און אויסגעבּראָכן די בּוימער פון זייער געמאַרק.
- לג ער האָט געהייסן, און אַ היישעריק איז געקומען,
- און אַ גראָזפרעסער אַזש אָן אַ צאָל;
- לד און ער האָט אויפגעגעסן יעטוועדער קרייטאַכץ אין זייער לאַנד,
- און אויפגעגעסן די פרוכט פון זייער ערד.
- לו און ער האָט געשלאָגן יעטוועדער בּכוֹר אין זייער לאַנד,
- די ערשטלינגען פון אַל זייער קראַפט.
- לז און האָט זיי ארויסגעצויגן מיט זילבּער און גאלד;
- און ניט געווען צווישן זיינע שבָטים א שטרויכלער.
- לח מִצְרַיִם האָט זיך געפרייט מיט זייער ארויסגיין,
- וואָרום זייער שרעק איז געפאַלן אויף זיי.
- לט ער האָט פארשפּרייט אַ וואָלקן צום צודעק,
- און א פייער צו לייכטן בּיי נאַכט.
- מ מען האָט פאַרלאַננט, און ער האָט געבראַכט וואַכטל-פויגלען,
- און מיט בּרויט פון הימל פלעגט ער זיי זעטן.
- מא ער האָט געעפנט א פעלז, און וואַסער איז גערונען,
- געגאנגען ווי א טייך דורך די טריקענישן.
- מב וואָרום ער האָט געדאכט אן זיין הייליקן צוזאָג
- צו אברהם זיין קנעכט.
- מג און ער האָט ארויסגעצויגן זיין פאָלק מיט פרייד,
- מיט געזאַנג זיינע אויסדערוויילטע.
- מד און ער האָט זיי געגעבּן די לענדער פון די פעלקער;
- און די מי פון די אומות האָבּן זיי געירשעט;
- מה כּדי זיי זאָלן האַלטן זיינע געזעצן,
- און זיינע לערנונגען זאָלן זיי היטן.
- סלה.