טייטש יהואש תהלים פרק עז
מראה
בראשית שמות ויקרא במדבר דברים - יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיהו ירמיהו יחזקאל תרי עשר - תהילים משלי איוב חמש מגילות דניאל עו"נ דה"י
תהלים פרק א ב ג ד ה ו ז ח ט י יא יב יג יד טו טז יז יח יט כ כא כב כג כד כה כו כז כח כט ל לא לב לג לד לה לו לז לח לט מ מא מב מג מד מה מו מז מח מט נ נא נב נג נד נה נו נז נח נט ס סא סב סג סד סה סו סז סח סט ע עא עב עג עד עה עו עז עח עט פ פא פב פג פד פה פו פז פח פט צ צא צב צג צד צה צו צז צח צט ק קא קב קג קד קה קו קז קח קט קי קיא קיב קיג קיד קטו קטז קיז קיח קיט קכ קכא קכב קכג קכד קכה קכו קכז קכח קכט קל קלא קלב קלג קלד קלה קלו קלז קלח קלט קמ קמא קמב קמג קמד קמה קמו קמז קמח קמט קנ (אנדערע ווערסיעס פון תהלים עז)
- א פאַר דעם געזאַנגמייסטער, פאַר ידותון; פון אָסָפן א מִזמור.
- ב מיין קוֹל איז צו גאָט, און איך שריי,
- מיין קוֹל איז צו גאָט, און פאַרנעם צו מיר.
- ג אין טאָג פון מיין נויט זוך איך גאָט,
- מיין האַנט איז אויסגעשטרעקט בּיי נאַכט אָן אויפהער,
- מיין זעל תיל דיך ניט טרייסטן.
- ד אז איך דערמאַן זיך, גאָט, טו איך בּרומען,
- איך קלאָג, און מיין געמיט פאַרגייט זיך. סלה.
- ה דו האַלטסט צו די בּרעמען פון מיינע אויגן;
- איך בּין צערודערט און קען ניט רעדן.
- ו איך טראַכט אן די טעג פון אַמאָל,
- אָן די יאָרן פון פאַרצייטן.
- ז איך דערמאַן זיך מיין געזאַנג בּיי נאַכט,
- איך רעד מיט מיין האַרצן,
- און עס פארשט מיין גייסט:
- ח וועט אויף אייבּיק גאָט פאַרלאָזן,
- און וועט מער ניט בּאַוויליקן ווידער?
- ט איז אויסגעגאנגען אויף אייבּיק זיין חסד?
- איז דער צוזאָג געענדיקט אויף דור-דורות?
- י האָט פאַרגעסן צו לייטזעליקן גאָט?
- צי האָט ער אין צאָרן פאַרשלאָסן זיין רחמנות? סלה.
- יא און איך זאָג: דאָס איז מיין ווייטאָק,
- וואָס געבּיטן האָט זיך די רעכטע האַנט פון אויבּערשטן.
- יב איך דערמאַן די אויפטוען פון גאָט,
- יאָ, איך דערמאַן דיינע וואונדער פון פארצייטן.
- יג און איך טראַכט אָן אַל דיין ווערק,
- און אָן דיינע טואונגען טו איך קלערן.
- יד גאָט, אין הייליקייט איז דיין וועג;
- ווער איז א גרויסער גאָט ווי גאָט?
- טו דו בּיסט דער גאָט וואָס טוט וואונדער,
- האסט געלאזט וויסן צווישן די פעלקער דיין שטאַרקייט.
- טז האָסט אויסגעלייזט מיטן אָרעם דיין פאָלק,
- די קינדער פון יעקב און יוסף. סלה.
- יז געזען האָבּן דיך די וואַסערן, גאָט,
- געזען האבן דיך די וואסערן, האָבן זיי ווייען געקריגן,
- און געציטערט האָבּן די תּהוֹמען.
- יח געפלייצט וואסער האָבּן די וואָלקנס,
- א קוֹל האָבּן ארויסגעלאזט די הימלען,
- און דיינע פיילן זיינען אומגעלאָפן.
- יט דער קוֹל פון דיין דונער איז געווען אין דעם ווירבּלווינט,
- בּליצן האָבּן בּאַלויכטן די וועלט,
- געציטערט און געשטורעמט האָט די ערד.
- כ דורכן ים איז געווען דיין וועג,
- און דיין שטעג דורך וואַסערן גרויסע,
- און דיינע טריט זיינען ניט געמערקט געוואָרן.
- כא האָסט געפירט אזוי ווי שאָף דיין פאָלק,
- דורך דער האנט פון משה'ן און אהרנ'ען.